בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, לעיקוואד
איך האב ערהאלטן דיין בריוון.
זארג נישט, דיינע קינדער וועלן נישט גיין אין פאבליק סקול, זיי וועלן גיין אין אן ערליכע חדר, און אז מען געבט זיי נישט קיין איינטריט קארטל ווייל דו האסט נישט קיין געלט – זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן; ווען דו זאגסט די סליחות זאלסטו וויינען צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אויף דיין משפחה, און פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות אין אידיש, די שפראך וואס דו רעדסט, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין, אבער געדענק אז אויך ווען מען וויינט צום אייבערשטן דארף דאס קומען פון שמחה; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קעה), בְּכִיָּ"ה איז די ראשי תיבות פון די פסוק (תהלים פט, יז): "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם", מיר פרייען זיך אז דער אייבערשטער הערט אויס אונזער געוויין און נעמט אן אונזערע תפילות.
ווען עס קומט די הייליגע טעג סליחות, ראש השנה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער – דארף מען וויינען צום אייבערשטן, דער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי ראש השנה, הקדמה), אז דאס איז א סימן פון א הייליגע נשמה, אז מען וויינט; אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שמות יב:) אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", ווען מען זעט אין הימל א איד וויינט צום אייבערשטן, ער דאווענט און בעט סליחה ומחילה, זאגט מען: דאס איז א איד, וַתַּחְמֹל עָלָיו, און מען דערבארעמט זיך אויף אים.
אבער מען קען זיך נישט דריקן צו וויינען, און מען קען נישט און מען טאר נישט טראכטן ביים דאווענען און ביים זאגן סליחות: 'ווען גיי איך שוין וויינען? ווען גייט שוין קומען א טרער?' דאס איז נישט ריכטיג, דאס איז אויך מחשבות זרות; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צה), ביים דאווענען זאל מען נאר טראכטן פירוש המילות, די טייטש פון די ווערטער, און אז מען איז זוכה צו וויינען – איז גאר גוט, און אז נישט – טאר מען זיך נישט מבלבל זיין פון דעם.