בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדע בריוו אין "אשר בנחל" איז נייע שכל און נייע חיזוק
ספרי ברסלב, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן אשר בנחל חלק קצא, א גרויסן יישר כח. איך האב דאס שוין מסיים געווען איינמאל, און יעצט גיי איך דאס איבער נאכאמאל. וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, יעדע בריוו איז נייע שכל, נייע התחזקות. מען האלט שוין ביי חלק קצא ביי די איין און פופציג טויזנטסטע בריוו, און נאכאלץ איז יעדע בריוו נייע שכל און נייע חיזוק וואס איז מחי' דעם מענטש אין יעדן מצב; איך זע אין דעם חלק אשר בנחל זאכן וואס איך האב נאכנישט געזען ביז אהער.


אויך האב איך ערהאלטן דעם ספר אשר בנחל לנשים חלק ב', זייער א שיינע ארבעט מאכט ער, איך האב זייער הנאה פון דעם. איין זאך וואלט איך אנדערש געמאכט, ער האט אריינגעלייגט שטיקלעך פון ספר שיש"ק. ווען ער פרעגט מיר, וואלט איך אים געזאגט, מוהרא"ש האט דאך מפקפק געווען אויף די שיחות וואס שטייט דארט, און ער האט בפירוש געזאגט אויף כמה שיחות אז דאס איז נישט אמת, און כמה שיחות איז נגד הלכה וכו' וכו', איז וואס דארף ער מישן אשר בנחל מיט שיש"ק...


בכלל, "מי נתלה במי, הוי אומר, קטן נתלה בגדול" (תענית ז.); געב ארויס א שיש"ק און צייכן צו אונטער יעדע שיחה אז די שיחה איז אמת, ווייל עס שטייט אין אשר בנחל.


מיר דארפן נישט קיין הסכמה אויף אשר בנחל. מוהרא"ש זאגט, ספר אשר בנחל דאס איז גילוי אלוקית וואס מען קען נישט טרעפן אין קיין שום אנדערע ספר, מוהרא"ש האט זיך אויסגעדרוקט אויף דעם ספר: "אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס".


איך בין דיר זייער מכיר טובה פארן מיר שיקן אלע נייע ספרים.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין טאכטער ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.