בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - כאטש די איינע זאך פועל'ן, מען זאל לערנען דעם בלאט גמרא

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך קובע עתים לתורה. מוהרא"ש האט אזויפיל געשריבן פאר אנשי שלומינו אין יבנאל מען זאל לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, ער האט זיך אזוי געבעטן אין די טעגליכע בריוו מען זאל גיין צו א שיעור.


מוהרא"ש האט זיך בארומט אז אין יבנאל איז דא כך וכך מגידי שיעורים וואס לערנען פאר דעם בלאט גמרא, מען זעט אין די בריוו ווי עס גייט פאר מוהרא"ש אין לעבן אז יעדער פון אנשי שלומינו זאל לערנען דעם בלאט גמרא.


איך בעט זיך אויך, אבער איך דארף נאך תשובה טון אז מיינע ווערטער זאלן אריינגיין אין די הערצער פון אנשי שלומינו; הלוואי וואלט איך געקענט נאר דאס איינע זאך כאטשיג פועל'ן, מען זאל לערנען דעם בלאט גמרא; אדער בחברותא, אדער גיין צו א שיעור, און אז נישט מיט א שיעור, און נישט מיט א חברותא - כאטשיג לערנען פאר זיך, אדער זאגן די ווערטער.


נאר די בלעטער גמרא נעמט מען מיט אויף יענע וועלט; סטעטוס, פעיסבוק, סנעפ-טשעט, טיק-טאק, טוויטער - די זאכן איז נאר צייטווייליג.


זיי שטארק, קום צום שיעור און מאך אן התעוררות אז אלע אברכים פון די קהילה זאלן קומען צום שיעור.


א כתיבה וחתימה טובה.