בעזרת ה' יתברך
יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס האסטו מורא? און פון וועם איז דא מורא צו האבן?! אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן - ביסטו א געווינער, אלעס אויסער דעם איז שוין א באנוס, אז דיין ווייב שיקט דיר צום רבי'ן אויף ראש השנה - וואס נאך דארפסטו?
טו וואס דיין ווייב בעט דיר. מיין ווייב תחי' האט מיר דאס זעלבע זאך געבעטן ווען איך בין געפארן די ערשטע יאר און די צווייטע יאר - איך זאל מעלדן פאר אירע עלטערן אז איך פאר, זי זאל האבן וואו צו זיין ראש השנה. אזוי האב איך געטון, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין שווער איז א איד א צדיק (מוהרא"ש האט דאס מעיד געווען אויף אים), ער האט זיך שיין געזעגנט און מיין ווייב איז דארט איינגעשטאנען פאר לאנגע יארן, ביז די משפחה איז שוין גענוג גרויס אז מיר נעמען שוין אריין אנדערע געסט.
אזוי זאלסטו טון, דו זאלסט מעלדן פאר אירע עלטערן אז דו פארסט קיין אומאן און דאנק זיי פאר'ן ארייננעמען דיין ווייב. דארפסט נישט מורא האבן פון דעם, נישטא פון וואס מורא צו האבן. און אז דיין שווער און שוויגער נעמען זיך אויף דיינע ביינער, זיי שרייען און זידלען דיר - זאלסטו נישט ענטפערן, חס ושלום ענטפערן; בלייב שטיל, הער אויס און זיי מקבל די בזיונות.
דו ווייסט וויפיל אינגעלייט ווערן קראנק יעדע יאר ראש השנה, זיי ווילן קומען צום רבי'ן און די ווייב זאגט זיי 'אויב אומאן - קומט א גט', זיי ווערן קראנק, זיי ווילן קומען צום רבי'ן, זיי ווארטן אויף א תיקון, זיי ווילן זוכה זיין צו וואס דער רבי האט מבטיח געווען, און די לשון הרע'ס - דאס גייט אריין אין די הערצער פון שוואכע פרויען, והוה מה דהוה. דעריבער אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן - מער פון דעם דארפסטו נישט.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.