בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
זיי שטארק מיט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר ברענגען הצלחה, דאס וועט דיר ברענגען פרנסה; מוהרא"ש ברענגט פון הייליגן רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו אז משנ"ה איז בגימטריא פרנס"ה; אז מען לערנט משניות האט מען שפע.
איך בענק זיך צו דיר, נאך א וואך קומען מיר ארויס פארן זומער, עס וועט זיין שיעורים פאר אלע אברכים תלמידי הישיבה, חיזוק אויף שלום בית, מען דארף אסאך חיזוק אויף שלום בית, מוהרנ"ת האט געזאגט אז אויף דברים שבינו לבינה וואלט ער געדארפט שרייבן נאך א גאנצע חיבור ווי די לקוטי הלכות, נאך א גירסא איז דא, אז ער וואלט געדארפט שרייבן אכט מאל מער ווי דעם גאנצן ליקוטי הלכות.
לאז נישט אפ די משניות, נעם עס מיט מיט דיר וואו דו גייסט, און וואו דו ביסט כאפ אריין נאך א משנה און נאך א משנה, אויך זאלסטו זאגן א יום תהלים יעדן טאג.