בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאזט נישט אריין אין אייך קיין שום שולד געפיל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון שטעטל, איך בין פארנומען מיט'ן פאקן און פארן, דאך מוז איך אייך שרייבן אפאר ווערטער, ווייל איך זע אז איר ווערט געפייניגט וכו'.


וויסן זאלט איר, עפעס האט פאסירט מיט אייער מאמע, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה. ווען זי רעדט צו אייך זאלט איר זיך נישט באשולדיגן, ווען זי מאכט אייך שפירן שולדיג, זאלט איר זיך נישט קלאפן. איר זענט זייער טייער און חשוב, איר זענט א גרויסע צדיקת; לאזט נישט אריין אין אייך קיין שום שולד געפיל.


די גאנצע קאפוויי וואס איר האט - איז אלעס פון די פרשה וכו'; בעט איך אייך זייער, זייט פרייליך מיט אייער משפחה. איר האט א טייערער מאן און איר זענט טייער, און די אלע וואס שטעכן אייך און טוען אייך וויי, זאל דער אייבערשטער זיי אויסהיילן.


איך בעט אייך, לאזט זיך נישט צעברעכן פון קיינעם.


כיבוד אב ואם מיינט נישט אז מען מוז טון וואס די עלטערן זאגן. קליינע קינדער לערנט מען אזוי אויס, מען מוז פאלגן עלטערן. נאך די חתונה, און אפילו פאר די חתונה, ווען מען איז עלטער און מען האט א וועג ווי אזוי צו לעבן און עלטערן קריכן אריין אין די קישקעס "מאך אזוי", "טו אזוי" - דאס איז נישט קיין כיבוד אב ואם.


איך ציטער אויב איר וועט זיך אנהויבן באשולדיגן.


גייט שפאצירן יעדן טאג צווישן די גראז, זינגט צום אייבערשטן, און בעטס אים אז אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק, אייער מאמע זאל האבן א רפואה.


א כתיבה וחתימה טובה.