בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך די עכטע לייף אינשורענס
מעביר סדרה, לייף אינשורענס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שוין לייף אינשורענס, נישט די לייף אינשורענס מיט געלט וכו', נאר די עכטע לייף אינשורענס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס לערנט די פרשה יעדע וואך, צוויי מאל די חומש און איין מאל תרגום - וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים.


אויך איז דא א גוטע לייף אינשורענס צו גיין אין שול אנטון די הייליגע תפילין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין", ווער עס טוט אן תפילין – "מַאֲרִיךְ יָמִים" איז זוכה צו לעבן א לאנגע לעבן; די ערשטע זאך אינדערפרי גיי אין שול אנטון די הייליגע תפילין.


לערן יעדן טאג ספר אשר בנחל, וואס איז א תמצית פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט אויף לעובדא ולמעשה. די בריוו וועלן דיך שלעפן צו טון די עצות פון רבי'ן, עס וועט דיך שלעפן צו גיין התבודדות און צו לערנען די הייליגע תורה, עס וועט דיך שלעפן צום אייבערשטן.


עס גייען אריבער טעג און יארן, און ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר, און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף די וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


היינט איז דא נאך א חתונה אין ישיבה, אויך מארגן. אנשי שלומינו זענען גליקליך אז מוהרא"ש האט אונז אוועק געשטעלט אויף די פיס, מוהרא"ש האט אונז אויסגעקלארט די קאפ נישט זיך נאריש מאכן, פאר אפאר שעה ווערן א בעל חוב א גאנץ לעבן, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.