בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מגיה זיין דעם ספר שפתי תפתח, יעדער זאל קענען פארשטיין
ליקוטי מוהר"ן, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער שוין ענדיגן די ערשטע חלק שפתי תפתח און איך ווארט אויף דיין הילף זאלסט מגיה זיין די ערשטע אכט תורות.


ווען דו ביסט מגיה זאלסטו קוקן אויף צוויי נקודות, ערשטנס אויב עס איז דא טעותים; עס פעלט א ווארט, אן אות, אדער די פינטלעך און די נקודות זענען פארגרייזט, און בעיקר זאלסטו זען אויב עס פעלט הבנה; זאלסטו מיר אנצייכענען, און איך וועל דאס איבערגיין. ווייל היינט איז דא בחורים, אינגעלייט און אפילו עלטערע וואס האבן א שטארקע געפיל צו לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, און זיי פארשטייען נישט קיין לשון הקודש, זיי פארשטייען נישט דעם שפראך וכו', דארף מען דאס אראפברענגען אויף א וועג אז אלע זאלן דאס פארשטיין.


ווען מען הערט די זיסע עצות פון רבי'ן, מען לערנט די תורות פון ליקוטי מוהר"ן - ווערט אויס בחירה, מען ווערט גלייך צוגעקלעבט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיטן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען"; ווייל ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער, מען לערנט די תורות - ווערט אן ערליכער איד און הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך האב געשטעלט דעם אינגערמאן אלי פערל נרו יאיר, ער זאל שטיין בראש פון די אינגעלייט וואס זענען מגיה, ביטע אים מודיע זיין וואו דו האלסט, און יעדע תורה וואס דו ענדיגסט זאלסטו אים גלייך איבערגעבן.


וואויל איז אונז אז מיר קענען משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.