בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
מער זאלסטו נישט נעמען פאר א מוהל א זיידע אדער פעטער וכו', א מוהל איז נישט קיין כיבוד זאך, א מוהל קען חרוב מאכן דעם קינד.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל חלק א, סימן א): "כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם, הַנִּמּוֹל עַל יָדוֹ", א נישט גוטער מוהל קען מאכן אז דער קינד זאל נישט קענען ברענגען קיין קינדער, "עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א מוהל מאכן אז דער קינד זאל ליידן פון חולי נופל (סיזשערס) ה' ישמרינו.
פאר א זיידע, טאטע, שווער, פעטער, מחותן – קען מען געבן מן הכסא, אל הכסא, מען קען זיי געבן צו זאגן אלע הרחמן'ס פון בענטשן, אבער חס ושלום געבן מוהלות פאר א כיבוד.
איך האב געהאט א תלמיד אין ישיבה וואס זיין מוהל איז געווען איינער פון די גרויסע צדיקים פונעם דור, טאקע א צדיק, און ער האט אים קאליע געמאכט, דער בחור קען נעבעך נישט חתונה האבן, ווייל ער קען נישט ברענגען קינדער.
דעריבער בעט איך דיר, נאכדעם וואס דו ביסט אריבער מיט דיין קינד יעצט, אז דער מוהל האט אים שלעכט געמאכט (ברוך השם מען האט אלעס פארראכטן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט אלעס זיין פיין), זאלסטו מהיום והלאה נישט נעמען קיינעם פון די משפחה פאר א מוהל, געדענק אז מוהלות איז נישט קיין כיבוד, מוהלות איז א חכמה.
מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אינגעלייט זיי זאלן נישט פרובירן צו מאכן אליינס וכו', נאר נעמען די בעסטע און גרעסטע מומחה.
איך האב געפרעגט מוהרא"ש ווען מיין זון שמעון איז געבוירן וועם איך זאל נעמען פאר א מוהל, ווייל דער רבי זאגט דאך דארט: "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק און ירא שמים; האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "ווי מער מומחה, ווי מער פאכמאן – דער איז וועם דער רבי מיינט", מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט צו נעמען דעם ווינער רב שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ער איז א צדיק.
שטארק זיך אין עבודת השם, הלואי זאלסטו יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, איך מיין זאגן; דער רבי זאגט אז "זאגן תורה" איז "לערנען תורה"; זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות.
אויך זאג א יום תהלים, נעם מיט דיר א קליינעם תהלים, און ווען דו האסט אפאר מינוט זאג פסוקים פון תהלים, און פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות; אוי ווי זיס עס איז דאס זינגען צום אייבערשטן און אים בעטן...
איך דארף מקצר זיין, איך קום יעצט פון דאקטער; שטעל זיך פאר דארט ביים דאקטער אין צימער האב איך זוכה געווען צו זאגן דעם יום תהלים מיט א גוטע זיסע התבודדות, געשפירט טעם גן עדן.