בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר בעטן זאלסט באצאלן שכר לימוד, איך האב גערעדט אין אפיס מיט דעם אדמיניסטראטער רפאל נרו יאיר, איך גיי מיט אים די וואך איבערגיין די נעמען ווער עס צאלט נישט, און פון די קומענדיגע וואך וועלן די באסעס נישט קומען נעמען די קינדער ביי די משפחות.
זיי מיר מוחל אבער איך האב נישט קיין אנדערע וועג, מיר גייען נעמען די זעלבע גאנג מיט די קינדער וואס די עלטערן נעמען מיט אונז, די עלטערן וואס האלטן די קינדער טייער וועלן מיר אלעס טון פאר די קינדער, און די עלטערן וואס מאכן זיך נישט צו טון פון די מוסד - וועלן מיר זיך נישט צו טון מאכן פון ענק.