בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מזל טוב פאר די חתונה פון דיין טאכטער
שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, ירושלים ת"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר ווינטשן א ברכת מזל טוב פאר די חתונה פון דיין טאכטער די כלה ... תחי'. דער אייבערשטער זאל העלפן די זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב מיט ערליכע דורות, און דו מיט דיין ווייב תחי' זאלן זען נחת ביי אלע קינדער און ביי די אייניקלעך, אמן.


איך ווארט שוין און איך בענק זיך שוין זיך צו טרעפן אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן.