בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
זינג מיט די קינדער: "א מחי' קאפל, א מחי' ציצית"; לייג אריין אין זיי א ליבשאפט צו אידישקייט, אויך זאלסטו זיך אליינס מחי' זיין מיט א קאפל און ציצית; איך וויל מלמדים וואס האבן ליב אידישקייט. דיין קליינע קאפל גייט נישט מיט מלמדות, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "מלמדים דארפן זיין יראי שמים און אויך אויסזען ווי יראי שמים".
אזוי אויך ביי די מיידלעך אין בית פיגא קען איך נישט נעמען נאר ווייבלעך וואס גיין אנגעטון איידל. פארשטייסט אליינס, א פרוי וואס גייט די לענג פון איר קלייד פונקט אזוי לאנג (אזוי קורץ) מען זאל נישט קענען זאגן עס איז פריצות - קען קיין טיטשער נישט זיין, א טיטשער דארף זיין א ביישפיל.
מאך זיך נישט נאריש מיט די קליינע קאפל, לאז דאס איבער פאר קליינע קעפעלעך, דו האסט מער שכל פון דעם. קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "אי הוו סנו טפי הוו גמירי", וואלטן זיי זיך נישט געפוצט וואלטן זיי מער געקענט לערנען; לאז דיין ווייב זיך שיין מאכן און זיך אויספוצן, דו גיי אנגעטון ווי אן ערליכער איד.