בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - משניות האט אין זיך מורא'דיגע סגולות, עס מאכט פריי דעם מח

בעזרת ה' יתברך


                          יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט לימוד משניות. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס לערנט משניות - ווערט פרייליך"; משניות האט אין זיך מורא'דיגע סגולות, עס מאכט צופרידן, עס רייניגט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין אייגענע גלות, עס ווערט אין מח א פרייהייט, מען גיין ארויס פון אלע צמצומים, "וסימנך מתניתא מלכתא" (כתובות סא:).


א שאד דו קומסט מער נישט אין ישיבה; יעצט ווען דו שטייסט פאר שידוכים איז אזוי וויכטיג צו קומען אין ישיבה, הערן גוטע עצות פאר'ן לעבן. מען דארף ברעכן די מניעות; אזויפיל בחורים קומען אין ישיבה, זיי ברעכן די מניעות פון משפחה, דארפן די בחורים וואס האבן נישט קיין מניעות, זייערע עלטערן חלש'ן זיי זאלן קומען אין ישיבה, דארפן די בחורים צעברעכן זייערע אייגענע מניעות.


שטארק זיך, נאך אביסל ביסטו א חתן.


א כתיבה וחתימה טובה.