בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ט' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, באס מענידזשער, קרית ברסלב
איך וויל דיר בעטן זאלסט מיט ארבעטן מיט די אפיס, רפאל נרו יאיר וועט דיר איבערגעבן די נעמען פון די משפחות וואס מען קען מער נישט אויפנעמען די קינדער צו חדר און סקול; זאלסט מיט ארבעטן מיט אים, ווייל דאס קומט פון מיר, איך האב אים געזאגט דאס צו מאכן; מהיום והלאה, די משפחות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג וועלן מיר זיך נישט וויסנדיג מאכן.
לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיך טוישן, וועסט ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.