בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאך אביסל וועט ווערן מער און מער ליכטיג
צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", און דער וועג פון צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי די ליכטיגקייט פון צופרי, "הוֹלֵךְ וָאוֹר", וואס שיינט אויף מער און מער, "עַד נְכוֹן הַיּוֹם", ביז אינמיטן טאג.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה), אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זען אז אפילו אין די צרה, אין די טונקלקייט, "השם יתברך מרחיב לנו", מאכט דער אייבערשטער ליכטיג; דאס איז פשט, "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער וועג פונעם צדיק, "כְּאוֹר נֹגַהּ", ער לערנט אונז און ווייזט אונז אז עס איז דא ליכטיגקייט, דער וועג פון צדיקים איז מחזק זיין, און אויסרעדן, און אויסהערן צעבראכענע הערצער, זיי טרייסטן, אז עס וועט באלד ווערן נאך מער ליכטיג. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ד.), רבי חייא איז געגאנגען שפאצירן פארטאגס מיט רבי שמעון בן חלפתא, און ביים עלות השחר האט רבי חייא געזאגט: "כָּךְ הִיא גְאוּלָּתָן שֶׁל יִשְׂרָאֵל", אזוי ווי די מארגנשטערן, אזוי איז מיט אידישע קינדער, "בַּתְּחִלָּה קִימְאָה קִימְאָה", אין אנהויב איז אביסל ליכטיג, ביז עס ווערט מער און מער ליכטיג; דאס איז פשט "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", די וועג פון צדיק, ער לערנט אונז און ווייזט אונז 'ווארט, געב נישט אויף, עס איז יעצט שוין ליכטיג, און נאך אביסל וועט ווערן מער און מער ליכטיג', וואויל איז דעם וואס איז דבוק צו צדיקי אמת און גייט אין זייערע וועגן, וועט אים אלץ זיין ליכטיג, והבן למעשה.