בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר מיט תורה קען מען בייקומען דעם יצר הרע
נסיונות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב דערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה; יישר כח.


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט יעדן אינדערפרי צום גמרא שיעור; הלוואי זאלן אלע תלמידים זיין שטארק מיט'ן דף גמרא יעדן טאג. ווייל נאר מיט די תורה קען מען בלייבן א איד אין זיך דערהאלטן אין די שווערסטע נסיונות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.) דער אייבערשטער זאגט: "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "וּבָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", און איך האב באשאפן אן עצה ווי אזוי זיך צו שלאגן קעגן אים - דאס איז די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה קען מען אים בייקומען. בפרט אז מיר האבן באקומען א מתנה דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה כסדרן, קען יעדער איד לערנען.


שטארק זיך און מאך פרייליך דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ"; דאס איז א מצוה פונקט ווי אלע מצוות.