בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער תלמיד, החתן ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט כדאי צו לערנען הדרכה פאר די חתונה ביי צוויי מדריכים, מען ווערט צעמישט, און אז דיין טאטע הייסט דיר גיין לערנען הדרכה ביי א חתן מדריך, נישט פון אונזער קהילה - איז נישט כדאי דו זאלסט מישן די יוצרות און לערנען סיי דא און סיי דארט, דו וועסט ווערן צעמישט.
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תורה און תפילה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף די וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.
זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, און פון קיין שום זאך אויף די וועלט, לערן פלייסיג די הייליגע תורה און זיי זיך מתבודד. יעצט אלס חתן איז די שענסטע צייט, און אויך די ערשטע יארן פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות הפרנסה - איז די שענסטע צייט וואס מען קען זייער מצליח זיין אין עבודת השם.
נאר שטארק דיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.