בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיין טייערע זון שלמה נרו יאיר
דו האסט מיר ממש מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט מסיים געווען די דריי און צוואציגסטע מאל ששה סדרי משנה; איך האב גלייך גערופן מאמי איר דערציילן ווי פלייסיג דו לערנסט. דאס איז אונזער גאנצע נחת אין לעבן, צו זען ווי אונזערע קינדער לערנען די הייליגע תורה און פירן זיך מיט יראת שמים.
איך האב זייער הנאה אז דו שטייסט אויף אינדערפרי צו לערנען דעם דף גמרא, זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי מיינע קינדער לערנען די הייליגע תורה. עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען די הייליגע גמרא, ווער עס לערנט גמרא ווערט אפגעהיטן פון דעם יצר הרע. ווען מען לערנט גמרא ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס; עס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): תלמוד איז אנקעגן די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן.
איך בעט דיר זייער, נעם דעם דף גמרא וואס איך לערן מיט דיר יעדן טאג און חזר דאס איבער, וועסטו דאס געדענקען דיין גאנץ לעבן; די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט לענגער ווי דאס וואס מען לערנט שפעטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כא:): "לְגִּירְסָא דְיַנְקוּתָא", און רש"י זאגט דארט: "מִתְקַיֵּם יוֹתֵר מִשֶּׁל זִקְנָה"; אפילו דו זאלסט נאר איבערגיין אפאר מאל וואלט דאס דיר געבליבן אין זכרון פאר א לאנגע צייט.
שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, דאווענען און לערנען; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, אמן.