בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער הודעה.
איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט; איר רעדט אז איר זענט געווארן פארשעמט פון די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן און איר נעמט דאס פאר א תיקון.
זייט מיר מוחל, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט; פון וואס פאר א תיקון רעדט איר? די בריוו איז דאך איין שטיק חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן בשלום מיט'ן מאן; ווי אזוי קען מען פארשעמט ווערן פון דעם? פון וואס רעדט איר בכלל? וואס תיקונים? ווען תיקונים?! איך וויל אייך פארשעמען? איך האב נישט וואס צו טון מיט מיין צייט? איך וויל אייער שטוב זאל נישט צעפאלן, איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער אז די שטוב זאל נישט צעפאלן.
איר קענט גיין צו ברסלב'ע חבר'טעס, איר קענט גיין הערן שיעורים צוזאמען מיט ברסלב'ע פרויען, איר דארפט דאס מאכן מיט חכמה נישט זיך רייצן מיט קיינעם און קיינעם נישט שטעכן, זיכער נישט אייער טייערער מאן נרו יאיר.
בנוגע גיין ארבעטן וכו'; וואס דארפט איר גיין ארבעטן, בלייבט אין שטוב מיט די קינדער, זייט א געטרייע מאמע פאר די קינדער.
בנוגע גיין צו קברים; א פרוי גייט נישט צו קברים אין די טעג וכו', בכלל איז נישט כדאי צו גיין צו סתם קברים, אפילו קברי אבות גייט מען נאר מזמן לזמן - נישט טעגליך. אנדערש איז אבער קברי צדיקים; צו א צדיק גייט מען אין אלע צייטן, ביי א קבר פון א צדיק איז ווי מער מען קען גיין מתפלל זיין - זעט מען גרויסע ישועות.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.