בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין נישט ביי זיך פון וואס איך זע די לעצטע וואך ביי דיר, עס איז אריין אין דיר א פרישע גייסט, דו האסט אנגעהויבן לערנען מיט התמדה; איך זע דיר א גאנצן צייט אין ישיבה מיט א ספר, אדער א חומש, א משניות; אנשטאט זיצן אויפ'ן טעלעפאן - זיצטו מיט די הייליגע תורה. אויך זע איך אז דו דאווענסט ערליך, עס איז מיר ממש א נחת און א פארגענוגן.
שטארק זיך, ווער נאר שטערקער און שטערקער מיט דיין עבודת השם. אזוי וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב.
כאפ זיך אן אין רבי'ן, בלייב אין ישיבה. יעדע סוף יאר און אנהויב יאר דארף מען זיך גוט שטארקן צו בלייבן אין ישיבה, ווען מען זעט אנדערע חברים מאכן חוזק, זיי גייען ארויס, זיי רעדן צו נאך בחורים נישט צוריק צו קומען וכו'.
אז דו וועסט זיך שטארק אנכאפן ביים רבי'ן - וועסטו האבן א זיס לעבן.
א כתיבה וחתימה טובה.