בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די סוף פון סליחות איז די שענסטע חלק פון סליחות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר גייען שוין זאגן סליחות, מוהרא"ש האט געזאגט א' סליחות מוצאי שבת, מען קומט ביי חצות אין שול מיט די בגדי שבת.


ווען דו זאגסט סליחות און דו קומסט אן מער ביים סוף – זאלסטו נישט אפכאפן די ווערטער, ווייל די סוף פון סליחות איז די שענסטע חלק פון סליחות, די סליחה פון: "מי שענה לאברהם", ווער עס האט אויסגעהערט די תפילות פון אברהם אבינו – "הוא יעננו", זאל אונז אויך אויסהערן און העלפן; "מי שנה ליצחק", ווער עס האט געענטפערט פאר יצחק אבינו, און אזוי ווייטער; די תפילות זענען אזעלכע זיסע תפילות, אויך געבט עס שטארקע חיזוק ווען מען חזר'ט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון אין אלע דורות מיט די אבות הקדושים, און מיט די אלע צדיקים פון אלע צייטן, דאס געבט חיזוק אז דער אייבערשטער הערט אויס ווען מען בעט אים, און קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד, קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, אלע תפילות זאמלען זיך צוזאם, און פון דעם וועט קומען די ישועה כללית, מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט.


ביי ברסלב'ע חסידים איז באוויסט אז רבי נתן זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן ווען ער האט געזען ווי א איד זאגט די לעצטע שטיקלעך פון סליחות מיט א זיסקייט, ער האט געפרעגט דעם איד: "זאגט מיר, ביי וועם דרייט איר זיך? ווער איז אייער רבי? איך זע ביי אייך עפעס וואס מען זעט נישט ביי אנדערע; על פי רוב ווען עס קומט צו די ענדע פון סליחות פארלירט מען די געדולד און מען כאפט אפ די ווערטער, ביי אייך זע איך ווי איר זאגט די ווערטער מיט אזא געשמאק, עס זעט אויס ממש ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע", האט ער אים דערציילט די סוד אז ער דרייט זיך ביים הייליגן רבי'ן וואס רעדט אסאך פון די נקודה פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד.


א כתיבה וחתימה טובה.