בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סליחות אין געריכט זאל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די יאר איז אריבער, מיר קומען שוין נאכאמאל צום אייבערשטן בעטן פאר א גוט יאר.


ווען דו זאגסט די סליחות זאלסטו זיך פאר א סעקונדע פארמאכן דיינע אויגן און טראכט למשל דו שטייסט אין געריכט זאל, און דער שופט האט אין זיין האנט די האמער מיט וואס ער געבט א קלאפ און פסק'נט אדער חייב אדער זכאי, און דו האסט יעצט די מעגליכקייט צו ווייך מאכן זיין הארץ מיט אפאר טרערן; וואלסטו זיכער אויסגעפלאצט אין א געוויין און געבעטן פאר רחמנות...


איז דאך זיכער יעצט ווען מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן יום הדין, ווען מען גייט יעדן איינעם משפט'ן: 'מי יחיה', ווערט וועט לעבן, 'ומי ימות' וכו', 'ומי יעני', ווער וועט די יאר פארלירן זיין געלט, 'ומי יעשר', ווער וועט די יאר רייך ווערן; אלעס ווערט אפגעשריבן אום ראש השנה, און מען געבט אונז די פאר טעג צו זאגן סליחות; דארפן מיר זיכער בעטן און תשובה טון, און מרבה זיין בסליחות, אז מען זאל אונז פסק'נען פאר א גוט יאר; קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, וואס וועט זיין די קומענדיגע יאר מיט אים, מיט די משפחה, מיט די באקאנטע, און מיט אפאר אמת'ע דיבורים צום אייבערשטן, מיט אפאר הייסע טרערן - קען מען אפווישן די שלעכטע גזירות און צערייסן די גזר דין.


וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די סליחות טעג מיט תשובה ותפילה וצדקה, וועט ער זוכה זיין צו א זיסע ליכטיגע יאר, פאר אים און פאר די גאנצע משפחה.


איך בין געבליבן אין שטעטל, מיר וועלן זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות.


א כתיבה וחתימה טובה.