בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
מיר אשכנזי'שע אידן הייבן אן מוצאי שבת זאגן סליחות, מן הסתם דו זאגסט שוין א גאנצע חודש, די טייערע ספרדי'שע אידן זאגן שוין גאנץ חודש אלול.
די סליחות טעג זענען זייער גרויסע און הייליגע טעג, מען קען זוכה זיין אראפצונעמען פון זיך און פון די משפחה – אלע דינים, מיטן זאגן סליחות און מיטן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מוחל זיין אויף וואס איז געווען א גאנץ יאר – נעמט מען אוועק אלע דינים און מען שטאפט צו די מויל פון די מקטריגים; ווייל זיי שטייען טאג און נאכט און רעדן שלעכטס אויף אידישע קינדער, און וואו זיי זעען עפעס א שלעכטע זאך – ברענגען זיי דאס צום אייבערשטן און רעדן שלעכטס און מאכן א שלעכטע מצב, און ווען דער איד קומט זאגן סליחות און זאגט: "'סלח לנו אבינו', פארגעב מיך אייבערשטער, 'כי ברוב אולתינו שגינו', ווייל איך האב זיך באנארישט און געטון עבירות, אייבערשטער עכט וויל איך זיין גוט, איך האב נאר א יצר הרע וואס מאכט מיך נאריש" – ווערן אלע מקטריגים פארשטאפט זייער מויל, און די גאנצע מצב ווערט איבערגעדרייט, עס קומט ארויס די אמת, אז אידישע קינדער זענען זייער הייליג און זייער וואויל, אלע ווילן זיין גוט, מען פאלט נאר אראפ פון די גרויסע נסיונות פונעם לאנגן גלות אין וואס מיר זענען אזוי טיף פארזינקען.
ווען דו זאגסט די ווערטער: "פנה נא אל התלאות" – זאלסטו זיך גוט אויסוויינען און זיך אויס'טענה'ן: "רבונו של עולם, קוק די מיטמאכענישן פון עם ישראל, ווי מען הרג'עט אונז, מען פייניגט אונז, שוין צוויי טויזנט יאר, 'ואל לחטאות', און קוק נישט אויף אונזערע זינד, קוק ווי מיר בלייבן מיט די אמונה, ובכל זאת שמך לא שכחנו, מיר בלייבן צוגעקלעבט צו דיר און צו די אמונה"; וואויל איז דער מענטש וואס זאגט די סליחות מיט כוונה און מיט די גאנצע הארץ, ער וועט זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
א כתיבה וחתימה טובה.