בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האף אז דו האסט הנאה פון די סעט "אשר בנחל" וואס איך האב דיר געגעבן; דארט וועסטו טרעפן תשובות אויף אלע דיינע ספיקות און פראגעס. עס איז ממש ווי דו שרייבסט אז 'אשר בנחל' באטרעפט (קהלת י, יט): "יַעֲנֶה אֶת הַכֹּל"; אלעס שטייט דארט, דורך דעם ספר ווערט מען קלאר און מען טרעפט תשובות אויף אלע ספיקות.
מוהרא"ש האט געזאגט אז ער פלעגט זען ווי יונגעלייט זוכן פאר'ן דאווענען אין חסידי'שע ספרים שטיקלעך וואס וועט זיי דערווארעמען דאס הארץ צו דאווענען בכוונה, ער האט געזען ווי מען מישט אהער און מען מישט אהין, מען נעמט איין ספר און נאכדעם נאך א ספר, ביז מען גייט דאווענען אינגאנצן צעבראכן. האט מוהרא"ש געזאגט: 'איך וועל ארויס געבן ספרים וואס מען וועט נישט דארפן מישן אהין און אהער, נאר וואו אימער מען וועט עפענען וועט מען גלייך טרעפן א שטיקל וואס מען וועט ווערן דורכדעם צוגעקלעבט צום אייבערשטן', אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו אז 'אשר בנחל' באטרעפט (תהלים קיח, ח): "טוֹב 'לַחֲסוֹת בַּיהוה מִבְּטֹחַ' בָּאָדָם"; דאס איז בקיצור די זיבציג טויזנט בריוו פון 'אשר בנחל' און פון די אכט הונדערט בריוו אין אידיש: 'טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם', מען זאל זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן און נישט אויף א מענטש, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף א מענטש ווערט מען נאכדעם זייער אנטוישט ווען מען זעט אז יענער קען נישט העלפן.
מוהרא"ש שרייבט פאר איינעם אין 'אשר בנחל': "אויבן אין הימל לאכט מען פון דיר אז דו ביסט צעבראכן ווען דו קענסט ווען לערנען אשר בנחל וואס דאס וועט דיר ארויסנעמען פון דיין צעבראכענקייט"; ווייל ווער עס לערנט דעם ספר 'אשר בנחל' הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער זעט אין יעדע זאך דעם אייבערשטן און עס איז מער נישט דא ביי אים קיין שלעכטס, נאר אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז גוט, ממש אזוי ווי דו שרייבסט אז 'אשר בנחל' באטרעפט (קהלת ח, ה): "לֹא יֵדַע דָּבָר רָע"; ווי מער מען לערנט דאס, אלץ מער ווערט מען קלאר אין די אמונה.
נישט קיין חילוק וואו א מענטש איז, אין וועלכע מצב ער געפונט זיך - קען ער זיך טרעפן אין דעם ספר 'אשר בנחל'. עס איז ממש ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עח) אז דער דיבור פונעם מענטש ווערט אנגערופן 'אם הבנים', ווי א מאמע וואס גייט אלעמאל נאך איר קינד און אפילו ווען דאס קינד פארשמירט זיך וועט די מאמע דאס קיינמאל נישט אפלאזן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ירמיהו לא, יט): "כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ, זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד"; דו שרייבסט אז די ווערטער "זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד" באטרעפט פונקט ווי 'אשר בנחל', דאס איז ממש אזוי, ווייל דער ספר 'אשר בנחל' וועקט אויף דעם מענטש ער זאל רעדן צום אייבערשטן און טראכטן פונעם אייבערשטן.
וואס זאל איך דיר זאגן, זייט איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר הקדוש אשר בנחל (חלק כז) האט זיך מיין לעבן געטוישט; מיינע אלע דיבורים און חיזוקים נעם איך פון די הייליגע בריוון, און איך האב צוגעזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך וועל דאס דרוקן נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין אויפהער.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח צדקינו וואס וועט צוזאמנעמען אלע אידן, "כל ישראל", איז בגיגמטריא 'אשר בנחל' און אונז אויסלייזן פון גלות.