בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א פרוי דארף נישט ארבעטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי דארף נישט ארבעטן, דער מאן איז דער וואס שרייבט אין די כתובה אז ער וועט ברענגען פרנסה; אז א פרוי וויל ארבעטן, זי וויל העלפן איר מאן, אדער אז עס העלפט איר אז איר טאג איז מסודר וכו' - מעג זי ארבעטן און אויך א פרוי וואס וויל זיין א טיטשער, זי האט א רצון צו העלפן מיידלעך, זי וויל העלפן אין סקול - איז דאס זייער חשוב; אבער אז איר שפירט אז איר פאלט פון אייערע כוחות, איר דארפט האבן פאר אייער געזונט א צייט נאכמיטאג צו שלאפן, און דאס גייט נישט מיט אייער ארבעט - זאלט איר אפלאזן די ארבעט.


דער עיקר זאלט איר זיך חזר'ן אמונה, דאס געבט כח, אמונה איז אזוי ווי א שלאף וואס ריט אויס און שטארקט די נערווען. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ה): דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, און מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער; ווייל עס זענען דא וואס ליידן, זיי האבן זייער שטארקע פיין, און די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה, ווייל אז מען פאלט פון די אמונה - קומט אן די שטארקע פיין, און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, נישט קיין תפילות, און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.