בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרויען זענען נישט קיין שמאטעס
חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט אייך, איר פלעגט זיין אזוי פרייליך, אזוי גליקליך; לעצטנס הערט איר נישט אויף זיך צו באקלאגן, איר רעדט זיך אפ אז "פרויען זענען שמאטעס"; "פרויען זענען אויסגענוצט"; "פרויען זענען באשאפן געווארן צו ליידן". אויך פארשטייט איר נישט וואס איז די גאנצע זאך פון מאן און ווייב לעבן אינאיינעם וכו' וכו'; איר זאגט אז עס איז א קינדערישע זאך, איר פרעגט: "וואס פעלט אויס די גאנצע זאך?" איך מוז אייך זאגן איך ווייס נישט וואס האט מיט אייך פאסירט.


איך וויל זייער שטארק איר זאלט צוריק האבן דעם טעם אין לעבן ווי אמאל; איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל האבן די ריכטיגע ווערטער פאר אייך, איך וויל זייער ארויסנעמען די שלעכטע מחשבות, איך וויל זייער איר זאלט אנהייבן לעבן אזוי ווי שנה ראשונה.


וויסן זאלט איר, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, א גרויסע שיינע וועלט; אלעס האט ער באשאפן נאר פאר די אידן, זיי זאלן מקבל זיין די תורה. די גאנצע וועלט האט געווארט און געציטערט ביז דעם טאג וואס משה רבינו איז ארויף געגאנגען אין הימל נעמען די תורה פאר די אידן, דער אייבערשטער האט זיך אויסגענומען מיט די וועלט אז זיי וועלן נאר זיין וועלט אויב די אידן נעמען די תורה (שבת פח.).


ווען משה רבינו האט באקומען די הייליגע לוחות אויפ'ן בארג סיני, די הייליגע תורה, האט מען דאס אריינגעלייגט אין א קאסטן. דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו (שמות כה, י): "וְעָשׂוּ אֲרוֹן עֲצֵי שִׁטִּים", מאך א קאסטן (שם, טז): "וְנָתַתָּ אֶל הָאָרֹן אֵת הָעֵדֻת אֲשֶׁר אֶתֵּן אֵלֶיךָ", דארט זאלסטו אריינלייגן די הייליגע לוחות; נאכדעם האט דער אייבערשטער געזאגט, אז אויף דעם הייליגן קאסטן וואס דארט ליגט די הייליגסטע זאך, די הייליגע תורה, וואס אויף דעם שטייט די גאנצע וועלט, זאל משה רבינו מאכן (שם, יח): "וְעָשִׂיתָ שְׁנַיִם כְּרֻבִים", צוויי געשטאלטן, דער פנים איז געווען ווי א קינד, איינער א זכר און איינע א נקיבה; די געשטאלטן האבן געהאט פליגלעך און זיי זענען געשטאנען איינער אנטקעגן די אנדערע, זיי האבן זיך ארומגענומען מיט א ליבשאפט.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יומא נד:): "בְּשָׁעָה שֶׁנִּכְנְסוּ נָכְרִים לְהֵיכָל", ווען די גוים האבן חרוב געמאכט דעם בית המקדש, זענען זיי אריין אין קודש הקדשים, "מָצְאוּ כְּרוּבִים הַמְּעוֹרִין זֶה בָזֶה", זיי האבן געזען אויפ'ן הייליגן ארון די צוויי כרובים אזוי ווי מאן און ווייב, "הוֹצִיאוּ אוֹתָן לַשּׁוּק", האבן זיי ארויסגעטראגן די צוויי געשטאלטן און חוזק געמאכט פון אידישע קינדער, זיי האבן געזאגט: "יִשְׂרָאֵל הַלָּלוּ שֶׁבִּרְכָּתָן בְּרָכָה וְקִלְלָתָן קְלָלָה עוֹסְקִין בַּדְּבָרִים הַלָּלוּ", ווי קען זיין די אידן וואס זיי זענען אזוי נאנט צום אייבערשטן, אזא הייליג פאלק - זאלן האבן אין קודש הקדשים אזעלכע זאכן, אזוי ווי מאן און ווייב לעבן אינאיינעם?! דער גוי'שע קאפ, דער טמא ומטומא קען נישט פארשטיין, 'וואס גייט דא פאר?'


זאגן די הייליגע חכמים (שם) אז ביז דעמאלט האבן זיי געקוקט אויף די אידן מיט שעצונג, אבער פון ווען זיי האבן געזען די זאך אין קודש הקדשים, זאגט די גמרא: "מִיָּד הִזִּילוּם", זיי האבן געקוקט אויף די אידן מיט שפאט; ווייל א גוי קען נישט פארשטיין וואס איז די זאך פון חתונה האבן, לעבן אינאיינעם מאן און ווייב; וואס איז די זאך פון זיין אינאיינעם? ער קוקט אויף דעם ווי א נישט חשוב'ע זאך, ער קוקט אויף דעם ווי דאס איז קינד'יש, בעבי'ש, ער קוקט אויף דעם כאילו דאס איז עפעס שלעכט; להבדיל, מיר אידן זענען א הייליג פאלק, מיר קוקן אין די תורה; דארט זעען מיר ווי אזוי זיך צו פירן, מיר גייען נישט מיט אונזער נארישע שכל, מיר גייען מיט די הייליגע תורה.


אז מען וועט אריינטראכטן וואס קודש הקדשים איז; א פלאץ וואו קיינער קען נישט אריינקומען, נאר דער כהן גדול האט געמעגט אריינגיין דארט איין מאל א יאר - יום הכיפורים, נאכן זיך אזוי הייליגן און רייניגן. אין קודש הקדשים ליגט די לוחות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר משה רבינו, פון דארט גייט ארויס די קול נבואה פונעם אייבערשטן גלייך צו משה רבינו; דארט אויפ'ן ארון איז די כרובים, וואו א מאן און ווייב לעבן מיט ליבשאפט. פון דעם זעט איר אז איר טראכט פארדריידט, איר טראכט נישט ווי אזוי א איד דארף טראכטן.


איך ווייס נישט וואס האט פאסירט אז איר זענט אזוי דערביטערט, איר שפירט זיך ווי א שמאטע; פארוואס זאגט איר אז פרויען זענען שמאטעס? פארוואס טראכט איר אז פרויען זענען אויסגענוצט? אז מען דארף אויפרוימען די שטוב איז מען שוין א שמאטע?! אז מען דארף אנגרייטן עסן איז מען אויסגענוצט?! קומט אויס אז די הייליגע כהנים אין בית המקדש וואס זיי זענען די חשוב'סטע ביי כלל ישראל; זיי זענען אויך אויסגענוצט ווייל זיי האבן גערייניגט דעם בית המקדש? זיי האבן געקאכט די עסן פאר'ן אייבערשטן, געארבעט טאג און נאכט, זיי זענען די שמאטעס? זיי זענען די אויסגענוצטע?!


נאר וואס דען, דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט א מורא'דיגע סוד; עס קען זיין צוויי מענטשן, ביידע פון זיי טוען די זעלבע ארבעט, ביי איינעם איז דאס ל"ט מלאכת המשכן און ביים צווייטן איז דאס ל"ט מלקות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא) אז ביי איינעם איז דער לעבן א געשמאקע זאך, ער שפירט ביי זיך ווי ער בויט אויף די משכן פאר'ן אייבערשטן, ער בויט א פלאץ וואו די שכינה וועט רוען, א שטוב וואו עס וועלן אויפוואקסן קינדער מיט אמונה, קינדער וואס וועלן גיין אין די תורה וועג; ביי אים, אלעס וואס ער ארבעט, אלעס וואס ער טוט - שפירט ער א זיסקייט אין דעם, ער שפירט ווי ער בויט אויף דעם משכן.


ווידער ביי דעם צווייטן איז דאס ל"ט מלקות; ער שפירט אלע טעמי מיתה, ער שפירט ווי מען שלאגט אים, ער שרייט: 'מען נוצט מיר אויס, מען מאכט מיר ווי א שמאטע; איך מוז קאכן, איך מוז מאכן וועש, איך דארף אזוי שווער ארבעטן'; דער צווייטער טוט גארנישט מער ווי דער ערשטער, אבער ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, עס איז ביי אים פארלאשן די אמונה, דערפאר איז ביי אים אלעס ווי מלקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.