בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער זון נחמן נתן נרו יאיר
איך האב געהערט די ניגון פון "שבע יפול צדיק... א צדיק איז נישט דער וואס..."; איך האב נישט ליב די ווערטער, וואס הייסט "א צדיק איז נישט דער וואס פאלט נישט"? ווי מעג מען זאגן אזעלכע ווערטער? האבן מיר דען א השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים? די צדיקים זענען דען אונזערע חברים? מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים און זייערע מחשבות, יעדע רגע זענען זיי גרייט אויף מסירות נפש, זיי לעבן מיט מסירות נפש, זיי ווארטן צוריק צו גיין צום אייבערשטן.
איך האב נישט ליב די סארט ניגונים, ענדערש מאך אנדערע ווערטער: "א 'שטארקער' איז נישט דער וואס פאלט נישט, א 'שטארקער' איז דער וואס פאלט און הייבט זיך אויף", אדער לייג אריין איין ווארט: "א צדיק איז נישט 'נאר' דער וואס פאלט נישט, א צדיק איז 'אויך' דער וואס פאלט און הייבט זיך אויף"; ארויס צו ברענגען דאס שטארקקייט פון זיך אויפהייבן, אבער נישט זינגען ניגונים אויף צדיקים כאילו זיי זענען עפעס חברים.
מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז), די צדיקים זעען אויס ווי אלעמען, "וְאֵין בּוֹ שׁוּם שִׁנּוּי", ער זעט אויס פינקט ווי אנדערע, אבער "הוּא עִנְיָן אַחֵר לְגַמְרֵי".
מוהרא"ש טייטשט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיב:): "אם ראשונים כמלאכים", אויב זענען די פריערדיגע צדיקים געווען מלאכים, "אנו בני אדם", זענען מיר מענטשן, "ואם ראשונים בני אדם", און אויב זענען זיי געווען מענטשן, "אנו כחמורים", זענען מיר אייזלען; טייטשט מוהרא"ש, אויב מיר האלטן אז די צדיקים זענען אזוי גרויס ווי מלאכים, "אנו בני אדם", זענען מיר מענטשן, אבער אז מען רעדט זיך איין אז די פריערדיגע צדיקים זענען אזוי ווי אונז, זיי זענען פשוט'ע מענטשן – "אנו כחמורים", זענען מיר אייזלען (עיין ספר ימי מוהרא"ש, אות שפב).
שטארק זיך בלימוד ח"י פרקים משניות, זאג די פרקים משניות אויפן קול, מיט א ניגון, מיט א חיות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות למוד, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", דער וואס לערנט אויפן קול וועט זיך דאס לערנען האלטן ביי אים.
איך האב דיך זייער ליב, דו געבסט אונז נחת, פאר מיר און מאמי.