בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ראש השנה דארף מען זיך זייער היטן דאס רעדן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


טייערער ברודער, הארציגער חבר, ראש השנה דארף מען זיך זייער היטן דאס רעדן, ווייל ראש השנה טוט מען משפט'ן דעם מענטש אויף אלעס וואס וועט פאסירן מיט אים די גאנצע יאר, און דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, אז איידער מען איז גוזר א גזירה אויפן מענטש, פרעגט מען דעם מענטש אליינס וואס מען זאל אים משפט'ן, און דער מענטש פסקנ'ט זיך אליינס; נאר מען דארף פארשטיין, ווער וועט זיך דען אליינס משפט'ן אויף שלעכט? זאגט דער הייליגער בעל שם טוב, מען שמועסט פון אנדערע מענטשן און מען פרעגט דעם מענטש: 'וואס האלטסטו? וואס דארף מען טון מיט יענעם מענטש וואס האט געטון די און די זאך?' און דער מענטש פסק'נט: 'איך האלט אז מען דארף אים שלאגן, און באקלאפן די ביינער' וכדומה, און דער מענטש כאפט נישט אז ער האט זיך אליינס גע'פסק'נט, און דער אייבערשטער גייט יעצט טון מיט אים וואס ער אליינס האט גע'פסק'נט.


על כן ליבער ברודער, געב זיך אכטונג נישט צו רעדן אויף אנדערע, און פון אנדערע, א גאנץ יאר זאלסטו נישט רעדן פון אנדערע מענטשן און זיכער נישט יעצט ראש השנה ווען (ראש השנה לב:): "ספרי חיים וספרי מתים פתוחים", און מען איז דאן יעדן מענטש; און ערליכע אידן פירן זיך צו מאכן א תענית דיבור ראש השנה, און אז דיר איז דאס שווער צו טון, זאלסטו אבער ביים דאווענען נישט רעדן, און אויך א גאנץ יאר זאלסטו מאכן – ווען מען דאווענט – א תענית הדיבור; וועסטו זען א גרויסע ישועה אין די זאך וואס דו דארפסט...


מענטשן דערציילן וואונדערליכע מעשיות ווי זיי זענען ארויסגעקראכן פון שווערע יסורים און פארקניפטע צרות דורך זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען; איך זאג דיר צו, אז דו וועסט נעמען אויף זיך נישט צו רעדן ביים דאווענען און זיכער ראש השנה ביים דאווענען, בפרט ביי תפילת מוסף, וואס מען הערט שופר בלאזן, און די ברכת שופר גייט אויף אלע תקיעות, איז דאך דאס רעדן א הפסק; וועסטו זען א גרויסע ישועה, ניסים וועט פאסירן, דו וועסט האבן א זיסע ליכטיגע יאר מיט אלע ברכות.