בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער
זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א יישר כח פאר די חנוכה געלט און פאר די שיינע בריוו. איך האב זייער הנאה געהאט ווי איר רעכנט אויס די צוועלף טרעפ פראגראם וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער. אזויפיל אידישע מאמעס דארפן אביסל חיזוק צו קענען אנגיין מיט בויען כלל ישראל; וואויל איז דעם וואס איז מחזק אידישע קינדער צו קענען אנגיין מיט די קינדער און מאן.