בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שטיקל סדר פאר אומאן
תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו קומסט קיין אומאן אויף ראש השנה, קום קיין אומאן וועסטו האבן דיין תיקון, קוק נישט אויף די גרויסע הוצאות און אויף די שווערע נסיעה, קום קיין אומאן; דא האסטו א שטיקל סדר פאר אומאן:


די ערשטע זאך זאלסטו גיין אין מקוה, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "די ערשטע תיקון איז מקוה", און גיי גלייך צום ציון. נעם מיט א פרוטה צו געבן פאר צדקה, לייג די פרוטה אין א פושקע אדער געב דאס פאר א געלט גייער, אדער זאלסטו דאס אפשיידן און האלטן ביי דיר אין טאש, און שפעטער אויפזוכן א פושקע וכדומה, און נעם א תיקון הכללי (ביים ציון איז דא), און זאג די צען קאפיטלעך [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און גלייב באמונה שלימה אין די ווערטער פון הייליגן רבי'ן וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, שם; חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען קיין אומאן צו מיין ציון און געבן א פרוטה לצדקה פאר מיר און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים – די תיקון הכללי: "אפילו אם עצמו וגבהו עוונותיו", אפילו די עבירות זיינע זענען זייער אסאך און זייער גרויסע – וועל איך אים א טובה טון, איך וועל אים מתקן זיין; מיט דעם לשון האט דער רבי געזאגט: "איך וועל מיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית ומתחתיו".


אז דו קענסט אנקומען ביזן ציון אליינס זיך אראפלייגן דעם קאפ און זיך אויסגיסן דיין הארץ – איז גוט, און אז נישט – איז אויך גוט; ווייל די גאנצע פלאץ איז די ציון, דער רבי הערט יעדנ'ס בקשות און וואשט אויס יעדנ'ס נשמה, און אפילו מען האט געזינדיגט אין די ביטערע עבירה פון ..., מען האט פוגם געווען אין אלע צען גריבער פון די טומאה, אין פגם הברית רחמנא לצלן, אז מען קומט קיין אומאן צום רבינ'ס ציון און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – איז מען זוכה צו פאררעכטן און מען איז זוכה צו תשובה שלמה, און אפילו מען שפירט עס נישט גלייך אויפן פלאץ, וועט מען שוין אלץ לעבן מיט תשובה, ווייל דער רבי האט געזאגט: "איך האב גע'פועל'ט ביי מיינע מענטשן אז עבירות וועלן זיי שוין נישט קענען טון מיט א לייכטזיניקייט, עס וועט ענק שוין קרענקן אן עבירה", און דאס זעט מען קלאר, ווער עס איז געקומען צום רבי'ן אין אומאן – איז שוין אנגעפילט מיט חרטות, מיט תשובה און וידוי דברים.


א כתיבה וחתימה טובה.