בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, מיט'ן סדר דרך הלימוד
דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון די מגיד שיעור אז דו האסט געמאכט א סיום אויף משניות די זעקסטע מאל; איך בין זייער פרייליך אז דו לערנסט פלייסיג, אז דו ניצט אויס די צייט און אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


זע צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די פרשה פון די וואך, נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), מיר זאלן לערנען אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער, און ביים סוף וועלן מיר זוכה זיין צו דיבור בדעה.


דער רבי ברענגט די ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עד) פון הייליגן זוהר (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פרייט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט) 'בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד'"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


אויך זאלסטו לערנען ש"ס כסדרן. היינט איז דא הערליכע גמרות מיט שיינע אותיות, מנוקד, אזוי געשמאק צו לערנען, און אפילו מען פארשטייט נישט - פארשטייט מען, און אפילו מען פארשטייט נאכאלץ נישט - וועט מען אויף יענע וועלט זען דאס גרויסקייט פון לערנען אן פארשטיין. אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ, טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.