בעזרת ה' יתברך
יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט די וועכנטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" און "איש אמונות".
איך האף דו וועסט אנהויבן ארבעטן אויפ'ן נייעם פירוש: "שפתי תפתח"; א שיינע לייכטע פירוש אויף ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן. דער פירוש איז געבויט אויפ'ן ספר הקדוש שפת הנחל, דרשות מוהרא"ש און אשר בנחל. איך האב גארנישט מחדש געווען אינעם פירוש, נאר געטייטשט און געגעבן צו פארשטיין אויף א גרינגע וועג פאר די בני הנעורים, די היינטיגע מוחות זאלן אויך האבן א טעם, א געפיל - אין דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן; זיי זאלן אויך זוכה זיין צו וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".
איך האב א נאמען געגעבן דעם פירוש "שפתי תפתח". שפתי האט אין זיך דאס ווארט "שפת" ווייל דאס איז געבויט אויף ספר "שפת הנחל", און אין די יו"ד איז מרומז מיין נאמען. און ווייל דער הייליגער רבי עפנט די מויל מען זאל רעדן צום אייבערשטן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספר לקוטי מוהר"ן ווערט "שפתי תפתח", די ליפן עפענען זיך, מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף מיר איך זאל קענען תשובה טון און אלעס פאררעכטן, איך זאל מתקן זיין מיין נפש, רוח און נשמה, איך זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די הייליגע צדיקים.
שטעל אויס דעם פירוש אזוי ווי א גמרא, מיט רש"י און תוספות פון דער זייט. לייג פיר שורות פונעם פירוש פון אויבן, אנטקעגן די פיר אותיות פון שם הוי"ה, און אנטקעגן די פיר וועלטן וכו'.
איך האף דיר צו שיקן יעצט די צווייטע תורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.