בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - תהלים און התבודדות אין קעמפ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער ... נרו יאיר


מען פארט שוין אין קעמפ, מען גייט זיין אוועק פון די עקלדיגע גאסן, מען גייט זיצן אין פעלד זיך שטארקן מיט תורה תפילה; ליבער ברודער, זע אויסצוניצן די צייט אין קעמפ צווישן די ביימער און די גראז, מאך זיך א פלאץ צווישן די ביימער; נעם א טיש, א בענקל און א שטענדער און דארט זאלסטו אויסניצן דיינע פרייע צייט מיט לערנען און דאווענען, מאך זיך א קביעות צו זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהלים' און ענדיגן יעדע וואך ספר תהלים, בעט זיך אויס פאר א שידוך און פאר ערליכע דורות.


היינטיגע טעג ווען די נסיונות זענען אזוי שטארק, פון די שענסטע שטיבער זעט מען ווי עס פאלן נעבעך אוועק קינדער, עס איז ממש וואס דער נביא קלאגט (ירמיה ט, כ): "כי עלה מות בחלונינו, בא בארמנותינו, להכרית עולל מחוץ, בחורים מרחבות", אידישע קינדער ווערן פארכאפט - דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות; הינטערן בוים זאלסטו זיצן מיטן תהלים און זינגען די קאפיטלעך תהלים, די פסוקי תהלים - מיט א געשמאק, און דו זאלסט אריינפלעכטן צווישן די פסוקים דיינע אייגענע תפילות, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, שיק מיר שוין מיין שידוך, איך קום נאך א יאר און נאך א יאר אין קעמפ, איך בין געווען זיכער פאריאר אז איך וועל נישט דארפן קומען די יאר נאכאמאל אין קעמפ, איך וועל שוין זיין חתונה געהאט בקדושה ובטהרה, דיך קענען דינען מיט ריינע מוחין, לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מצוה וגוף טהור", ווי אזוי קען מען לערנען תורה מיט קדושה וטהרה? "נושא אשה ולו בנים", אז מען האט חתונה; אנא ה' רחם עלי, איך בעט דיר אייבערשטער האב רחמנות אויף מיר, ברענג מיר מיין שידוך"; און לייג אריין דיינע אייגענע ווערטער, תפילות ותחנונים צום אייבערשטן, ווייל מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון התבודדות ותפילה, עס זענען דא מלאכים וואס נעמען די תפילות און מאכן דערפון הערליכע קרוינען פארן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יג:; זוהר בשלח נח.), עס איז דא א מלאך סנדלפון, א ריזיגער מלאך, פון די ערד ביזן הימל, "וקושר כתרים", ער מאכט שיינע קרוינען, "מצלותהון ישראל", פון די תפילות פון אידישע קינדער, די תפילות גייען ארויף ביזן אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו גיין א שפאציר (נאר דארט וואו די קעמפ ערלויבט) - מיטן אייבערשטן, זאלסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צו אים אויף דיין אייגענע שפראך, דערצייל אים אלעס וואס איז אריבער אויף דיר און אלעס וואס גייט אריבער, טייל איין די שמועס אין דריי; הייב אן מיט 'תודה והודאה', דאנקען און לויבן; דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט דיר, אז דו ביסט געזונט, נאכדעם זאלסטו זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס דו ביסט אריבער, וואס דו האסט געזינדיגט, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב חרטה, איך זאג צו אז איך גיי עס מער נישט טון", און זאלסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר אז די לעבן זאל דיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן.


די עבודה פון שמועסן און בעטן דעם אייבערשטן האבן אלע צדיקים געטון, דאס האט זיי געברענגט צו ווערן אזוי גרויס, אזוי הייליג, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה; ק), ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע גרויסע מדריגות נאר דורך התבודדות ותפילה, דורך זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, דאס איז די עפענונג אריין צו קומען צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.