נעכטן (דינסטאג) איז ברוך ה' פארגעקומען די זיבעטע פרייליכע חתונה אין בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל האט עס נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים, דער בית המדרש איז געווען צוגעשטעלט אומזיסט, די מוזיק איז געווען א טעיפ פון א חתונה, די פרויען פון אנ"ש האבן צוגעשטעלט דאס עסן, און עס האט ברוך ה' גארנישט געפעלט פון די חתונה, עס האט געהאט אן אמת'ע אידישע טעם.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה, דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב עצי תמרים קרית יואל.
סיי די חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב, און ווייסן אז "חתונה" הייבט זיך אן א טאג נאך שבע ברכות, און האבן קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן צוזאמען זייער נייעם שטוב על דרך ישראל סבא, און עס האט זיי בכלל נישט געצויגן צו פארשווענדן אידיש געלט אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט, ווי אויף רייכע מתנות, טייערע מעבל, עכטע שטיינער אין די צירינג, אן עלעגאנטער זאל, קעיטערער, מוזיק, בדחן, א.א.וו. פאר זיי איז געווען מער ווי גענוג דאס אליינס אז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך, און גייען ב"ה אויפשטעלן זייער אייגענער שטוב. און פאר די חתונה? וואס איז שלעכט מיט פשוטע מתנות, א פוירנישד דירה, עכטע צירונג מיט פאלשע שטיינער, א חתונה אין בית המדרש, אביסל חלה און קוגל צום סעודה, און "יעמוד יעמוד" פאר מצוה טאנץ.
תנאים און קבלת פנים
אום 5:00 זענען די מחותנים און חתן כלה אנגעקומען צום קבלת פנים, וואו מען האט שוין אויך פארגעליינט דעם תנאים. הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, זיידע פון די כלה, איז מכובד געווארן מיט ליינען דעם תנאים.
חופה
אום 6:00 איז מען געגאנגען צו די חופה, עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים חופה, מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, און ווער עס האט געקוקט האט געקענט זען ווי יעדנ'ס ליפן האבן זיך געשאקלט, ווען דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א זיידעס פון די כלה זענען מכובד געווארן מיט א ברכה, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווייטצען זצ"ל זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט א ברכה. נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים.
סעודה
דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, עס האט אונטערגעשפילט שיינע רואיגע חסידישע ניגונים, אן אפגעכאפטע טעיפ פון א "געהעריגע" חתונה, מיט א שיינע כאאר. פאר די נאנטע משפחה איז געווען צוגעגרייט חלה, פיש, סאלאטן, קוגל, און טשאלענט, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען און געגעסן צו דער זעט.
שמחת חתן וכלה
אום 7:15 איז די חתן אריינגעקומען אין זאל, וינועו אמות הסיפים, עס האט געקנאקט דער טעיפ "עוד ישמע בערי יהודה", פונקט אדער נאך שענער ווי עס וואלט געווען "לייוו מוזיק". דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין רינגען, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט, די פנימ'ער פון די באטייליגטע האבן געשטראלט פאר שמחה, און די געפילן פון שמחה האבן זיך איבערגעגאסן אין אלע ביינער אז מען האט געשפרינגען אין די לופטן.
דער ריזיגער פילקעפיגער עולם וואס איז געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט האבן געהאלטן אין איין שטראמען צום בית המדרש וואס איז געווארן פולער און פולער, די טענץ האבן אנגעהאלט פאר אומגעפער צוויי שעה, זיך מיטצופרייען מיט'ן חתן און מיט'ן מחותן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צענדליגער טויזטער אידן איבער די גאנצע וועלט דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט די שיעורים בריוון א.א.וו. און ווערן אויפגעלעבט און באקומען א פרישע חיות צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי אויך מיטן מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס איז גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל, וואס איז פקיע שמיה אינעם גאנצן אומגעגענט אז ווער עס דארף נאר התחזקות אדער אן אויער קען אייביג אריינקומען אינעם ביהמ"ד אויף 6 פרעמישלאן גאס, און ארויסגיין אנגעפילט מיט א נייע מוט און פרישקייט.
פילע רבנים און דיינים האבן זיך באטייליגט אין די שמחה, צווישן זיי הרה"ג רבי געצל בערקאוויטש שליט"א, דומ”ץ קרית יואל; הרה"ג רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס;  הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ב"פ; הרה"ג רבי יוסף טייטלבוים שליט"א, אב"ד נעפלימיץ; הרה"ג רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי דוד דוב מייזליש שליט"א, אב"ד ווייטצן; און נאך פילע.
די מקורבים פונעם עלטער זיידע הגאון הגדול דער קארלסבורגער רב שליט"א האבן געזאגט אז מען האט שוין נישט געזען אזא שמחה אויסגעגאסן אויף פנים פונעם זיידן דער גרויסער גאון פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי אויך האט דער קארלסבורגער רב שליט"א צוגערופן אינמיטן די חתונה זיין אייניקל דער מחותן דער ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, "עס איז דא דא א שטארקע ריח פון קדושה".
ברכת המזון און מצוה טאנץ
אום 9:35 איז מען געגאנגען בענטשן. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון.
די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט'ן באקאנטן קורצן "יעמוד יעמוד" נוסח, וואס איז שוין היינט באקאנט. אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט אז זיי דארפן נישט אויסווארטן די לאנגווייליגע הספדים צערעמאניעס וואס קומט בכלל נישט אריין דא ביים חתונה אדער מצוה טאנץ.
מען האט אריינגעברענגט די ספעציעלע מחיצות צום מצוה טאנץ כנהוג בחצר קארלסבורג. צום ערשט האט דער מחותן דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א צום מצוה טאנץ, וואס האט כמנהגו בקודש געטיילט דער מאכל "קינדל" פאר'ן גיין טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין טאטן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א. דערנאך האט דער שמש הר"ר העניך אינדיג שליט"א אויסגערופן די זיידעס פון די כלה הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א צום טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. דערנאך האט דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א אויסגערופן זיין זון דער ראש ישיבה שליט"א צו מצוה טאנץ. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער טאטע פון די כלה צו מצוה טאנץ. דערנאך האבן די חתן כלה געטאנצן מצוה טאנץ. נאך די חתונה האט מען געזונגען די ניגונים "אין כאלוקינו" און "לקח און ברוינפן" כמנהג ווייטצען. אויף 10:50 איז די גאנצע חתונה געווען פארטיג, און אויף 11:00 איז דער גאנצער בית המדרש שוין אויפגערוימט און גרייט פאר'ן מארגענדיגען טאג פאר די בחורים צו קומען לערנען.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זען נאר שמחה און אידיש נחת ווייטער, און די פאר פאלק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א הערליכע אידישע שטוב לתפארת אבותינו ורבותינו, און פון זיי זאל ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים
 
בילדער: תנאים און קבלת פנים
בילדער: די פרייליכע חתונה
קליפ: די פייערדיגע טענץ ביים חתונה
קליפ: דער ראש ישיבה רופט אויס זיין זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א צו מצוה טאנץ / די מצוה טאנץ פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א
קליפ: הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א רופט אויס זיין זון דער ראש ישיבה ה צו מצוה טאנץ
ארטיקל: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און גנב'ענען!