מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!
יג סיון תשע"ט 📝
חתונה מאכן קאסט פאר'ן צד החתן זיבן טויזנט דאלער אלעס אריינגערעכנט
הכל בכל מכל כל כן יברך אותנו כולנו יחד בברכה שלימה ונאמר אמן
די חתונה די וואך דינסטאג אין ישיבה, האט געהאט גאר א גרויסן אפקלאנג ביים היימישן ציבור, זעענדיג דעם נאה דורש ונאה מקיים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געפירט זיין בכור אונטער די חופה מיט גרויס שמחה און פרייד, און די פרייליכע לעבעדיגע געשמאקע חתונה נאכט, האט נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים. די גאנצע חתונה מאכן, פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, האט געקאסט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א צירקע זיבן טויזנט דאלער, א ציפער וואס רוב אידן קענען זיך ערלויבן מיט דעם רואיג חתונה צו מאכן די קינדער, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אנבארגן און בא'גנב'ען אידישע קינדער, און בלייבן מיט א זאק פון חובות וואס מ'ווייסט נישט פון וואו צו באצאלן.
כל השביעין חביבין
מ'האלט שוין יעצט ביי די זיבעטע חתונה אין היכל הבית המדרש, אלע איינס ביי איינס זענען געווען הערליכע פרייליכע חתונות, עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונות. מיט יעדע חתונה ווערט העכער און העכער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען, מענטשן פארשטייען נישט פארוואס עס פעלט אויס צו פארשווענדען אידיש געלט וואס מ'האט נישט, פאר זאכן וואס קיינער דארף נישט, בלויז צו געפעלן פאר מענטשן וואס קוקן עס בכלל נישט ארויף.
קיינער קען נישט איגנארירן די רעוועלוציע און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף דעם, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות - און די זעלבע אויך קלענערע שמחות - האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישע פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט זעט מען א קהלה וואס האט זיך גענומען אין האנט אריין, און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; אנשטאט אראפצוציפן פון דא און דארט פון די אומדערטרעגליכע הוצאות החתונה, האט מען אהערגעשטעלט א וועג ווי אזוי חתונה צו מאכן אן דעם וואס ס'זאל בכלל פאלן צו לאסט אויף די מחותנים.
דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה איבער א קעניג וואס איז געווען א שטערן זעער, ער האט געזען אויף די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די תבואה וואס וועט וואקסן דעם קומענדיגן יאר, וועט משוגע ווערן דערפון. האט ער גערופן זיין משנה למלך זיך דורכצושמועסן מיט אים דעם פראבלעם, דער משנה למלך האט אבער געהאט א פשוטע עצה אויף דעם, "מיר וועלן באפעלן אז מ'זאל אוועקלייגן פאר אונז גענוג און נאך תבואה פון די פארגאנגענע יאר, און אזוי וועלן מיר בכלל נישט דארפן עסן פון די שעדליכע תבואה וואס מאכט משוגע". דער קעניג איז אבער נישט געווען צופרידן פון דעם געדאנק, "אויב נאר אונז צוויי וועלן בלייבן נארמאל, און די גאנצע וועלט וועט זיין משוגע, וועלן מיר דאך זיין די משוגעים... יעדער וועט אונז אנקוקן אז מיר זענען אזוי אנדערש פון יעדן".
האט דער משנה למלך געפרעגט דעם קעניג וואס ער האלט מ'זאל טון, האט דער קעניג געזאגט אז זיי זאלן אויך עסן אזוי ווי יעדן איינעם, זיי זאלן אויך משוגע ווערן אזוי ווי יעדן איינעם, "נאר מיר ביידע זאלן זיך מאכן א סימן אויפ'ן שטערן כאטש צו געדענקען אז מיר זענען משוגע... ווען איך וועל קוקן אויף דיין שטערן און דו וועסט קוקן אויף מיין שטערן, וועלן מיר זיך דערמאנען אז מיר זענען נעבעך נישט נארמאל"...
דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל צו די דעם משל, אבער זיך אומקוקנדיג אויף די היינטיגע וועג ווי אזוי אידישע שמחות ווערן געפראוועט, אן קיין שום שייכות צו נארמאלקייט, מענטשן גייען ממש אראפ פון זינען און מאכן טייערע שמחות פיל העכער און מער פון זייערע מעגליכקייטן, נאר בלויז ווייל די גאנצע "נארמאלע" וועלט טוט אזוי, בלויז ווייל וואס וועט "יענער" זאגן אויף דעם, לאזט זיך גלויבן אז ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך ארויפקריצן א מערקבארן סימן אויפ'ן שטערן, כאטש צו געדענקען ווי משוגע מיר זענען אז מיר לעבן בלויז פאר יענעם.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים
אמאל האט מען נאך געקענט זאגן אז א אידישע חתונה וואלט געדארפט אויסזען ווי א בר מצוה אדער וואכנאכט, היינט זענען שוין אבער די קלענערע שמחות אזוי אויפגעריסן, אז מ'קען שוין חתונה מאכן פאר א צענטל די פרייז פון די טייערע בר מצוה'ס און קלענערע שמחות.
אידן זענען אנגעווייטאגט, יעדער מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט, יעדער וואס האט שוין צוגעלייגט א האנט און געהאלפן זיינ'ס א קרוב חתונה צו מאכן, ווייסט ווי שווער דאס קומט אן, ווייסט וויפיל בלוט דאס קאסט, ווייסט וויפיל חובות דאס לאזט איבער, וויפיל שאדנ'ס עס לאזט איבער אויף יעדן איינעם ארום; אבער אזוי ווי דאס איז דער "נארמאל", איז דאך נישט שייך צו טון אנדערש.
אידן קוקן ארויף און שעצן זייער שטארק אז ס'איז דא א קהלה וואס האט אוועקגעלייגט דעם "נארמאל" אין די זייט, און געוויזן שווארץ אויף ווייס אז מ'קען יא חתונה מאכן די קינדער מיט מנוחת הנפש, מ'דארף אפילו נישט מאכן קיין תקנות, מ'דארף נאר פשוט עפענען די אויגן צום רעאליטעט, אז דער וועג ווי אזוי מ'מאכט היינט חתונה האט נישט קיין זכות קיום. אויב חתונה מאכן מוז קומען מיט'ן חשבון אז מ'מוז פאר דעם בארגן און נישט באצאלן, וועט עס מוזן צעפאלן מארגן אדער איבערמארגן, דאס קען נישט אנהאלטן. אז ס'איז אבער נישטא קיין אנדערע אויסוועג, איז דאך נישטא קיין ברירה, דער אייבערשטער האט אונז דאך באפוילן חתונה צו מאכן די קינדער, און דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס אויסצופירן. ווען מ'זעט אבער באשיינפערליך אז ס'איז יא דא א געהעריגע וועג, מ'מוז זיך נישט צעשניידן אויף שטיקער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, ווערט דאס גאר שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, די מציאות פאטשט אין פנים און ווייזט אז ס'איז יא מעגליך און מ'קען עס יא באווייזן.
מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר.
חנוך לנער על פי דרכו
לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויף דעם טערמין "נארמאל", וואס מיינט נארמאל און וואס מיינט נישט נארמאל? ווי געזאגט פריער איז דאס געוואנדען אין די אומשטענדן ארום און ארום, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביים צווייטע משוגע, און אזוי אויף פארקערט. ס'ווענדט זיך וואס איז אנגענומען צו טון אין די קרייז, אין די משפחה, אין די געגנט, און אזוי ווייטער אלעס ארום.
"נע, דאס איז נישט מעגליך נאכצומאכן. די ברסלב'ע קהלה האבן א בית המדרש גרייט פאר חתונות, זיי האבן בחורים ארויסצוהעלפן, זיי האבן משפחות וואס לייגן צו א האנט. אבער אנדערע האבן נישט די וועג אין מציאות ווי אזוי דאס צו קענען אהערשטעלן" - דאס איז א געדאנק וואס מ'הערט פון פילע.
און עס איז טאקע דא אן אמת אין דעם, ס'איז טאקע נישט אזוי גרינג דאס נאכצומאכן, דא איז עס צוגעשטעלט אפיציעל מטעם די קהלה, און אלע בני הקהלה מיט די בחורים פון ישיבה און די מיידלעך פון סקול, לייגן צו א האנט אז די חתונות זאלן זיין מיט סוקסעס, און ס'זאל נישט קאסטן קיין געלט. אבער דער יסוד און דער סוד ווי אזוי די קהלה האט זוכה געווען צו זיין די ערשטע דאס צו קענען באווייזן, איז יא א זאך וואס יעדער קען און דארף נאכמאכן.
דער יסוד איז אז די קינדער אליין, די חתן און כלה, דארפן זיין צופרידן און פרייליך אן דעם וואס דער טאטע זאל דארפן בארגן געלט פון די זון און פון די לבנה פאר די חתונה. אויב ביים שידוך-שליסן כאפן זיך די עלטערן ביים קאפ וואס דא גייט פאר און זיי מאכן אפ אז זיי האבן נישט די רעכט על פי תורה און על פי שכל אויסצושווענדען געלט אויף אומנויטיגע זאכן ביי שמחות, קענען זיי דאס אבער נישט טון יעצט צו זייערע קינדער, וואס וועלן שפירן בא'עוול'ט אז זיי זענען אנדערש ווי זייערע חברים און פריינד וואס באקומען יא די אלע טייערע לוקסוס.
אנדערש איז אבער אין היכל הקודש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר צו די בחורים פון דעם ענין, ער רייסט אראפ און ער ערקלערט די שעדליכקייט און נארישקייט פון זיך אויפרייסן ביי שמחות, א זאך וואס מ'פארדינט גארנישט דערפון, עס ברענגט נאר חובות און עגמת נפש, און די שיינקייט פון קינדער וואס פארשטייען אז געלט קאסט געלט, און די שיינקייט פון א שמחה וואס מ'מאכט אויף א ביליגן אידישן שטייגער. און פון די אנדערע זייט איז דא די חשובע מנהלת און די לערערינס אין סקול וואס רעדן כסדר צו די מיידלעך איבער דעם, צו מאכן א שמחה מיט שכל און נארמאלקייט, און אז די איבערגעטריבענע אויסברענגעריי ברענגט נישט קיין שום ניצן אין לעבן, און ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אידיש געלט, נישט אויסצוברענגען דאס געלט פון די עלטערן וואס זיי האבן אפילו נישט.
אזוי אז עס קומט אויס אז נישט נאר וואס די חתנים און כלות קוקן בכלל נישט ארויף די טייערע שמחות, נאר פארקערט, ביי זיי איז גאר א חשיבות ווי מער מ'קען אראפברענגען די סטאנדארטן, עס איז אן אויפטו אויב מ'האט אראפגענומען נאך אן איבריגע הוצאה.
איין ביישפיל איז ווערד צו דערמאנען, א פארמעסט וואס מ'האט געמאכט אין סקול פאר פורים, יעדער האט געדארפט מאכן א שיינע משלוח מנות פאר א חבר'טע, און ווער ס'האט געקענט מאכן די ביליגסטע משלוח מנות, האט געוואונען דעם פארמעסט. אלע מיידלעך האבן זיך אנגעשטרענגט צו מאכן א שיינע משלוח מנות, אויף די ביליגסטע וועג וואס איז נאר שייך. און פארשטייט זיך ווען די מיידלעך ווערן כלות למזל טוב, זוכן זיי נישט ארויסצושלעפן געלט פון די עלטערן צו קענען שיקן א זיבן שטאקיגע משלוח מנות פאר די מחותנ'סטע, און זיי ווערן נישט פרייליך ווען זיי באקומען אזוינס פון די אנדערע זייט.
אז די קינדער ווערן מחונך אויף אזא וועג, אז מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן ביי א שמחה, אז מ'דארף לעבן מיט'ן רעאליטעט און נישט אויסגעבן מער געלט פון וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, אז מ'טאר נישט בארגן געלט ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט עס באצאלן, אז מ'טאר אויס'רודפ'ן טאטע מאמע אז מ'מוז האבן דאס און יענץ אין די צייט ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'איז נישטא דאס געלט פאר דעם, אז די שמחה פון חתונה האבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות און איז נישט די פאר שעה פון די חתונה נאכט וואס לויפט אריבער ווי אן אויגן בליק, אז איינער וואס לעבט מיט'ן מציאות און נישט אין דמיונות איז ארויפגעקוקט און איז חשוב, אז דאס וואס דער חבר אדער חבר'טע וועט קרימען מיט די נאז מיינט גארנישט; אז מ'וואקסט אויף אזוי, דאן קענען די עלטערן חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, די עלטערן זענען פרייליך, די קינדער זענען פרייליך, און מ'האט א חיים טובים.
דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן. מ'קען נישט ווארטן ביז ווען מ'שליסט שוין שידוך, און דעמאלט אנהויבן צו זאגן פאר חתן כלה אז זיי זאלן נישט פארלאנגען אזויפיל. דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט האט מען שוין פארשפעטיגט די באן, אויב מ'וועט דעמאלט אנהויבן איינצוציען דעם פאסיק, וועלן די קינדער ווערן געפייניגט. טאטע מאמע קענען אבער אנהויבן רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, יעדעס מאל ווען מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע שמחה קען מען אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפקלערן די קינדער איבער די נארישקייט פון אויסברענגען געלט אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין ניצן. יעדעס מאל עס קומט אן אויף די פאסט א חתונה בריוול קען מען פרעגן די קינדער זיי זאלן פרובירן אויפצוקומען מיט א נארמאלן הסבר פארוואס עס פעלט אויס צו שיקן איינלאדענונגען צו א חתונה, אין די צייט וואס ווער עס ווערט געוואויר פון די חתונה נאר דורך דעם בריוול, יענער דארף בכלל נישט קומען צו די חתונה, און ווער עס ווייסט סיי ווי פון די חתונה, פאר אים פעלט דאך נישט אויס דער בריוול, און נאכדערצו אז ביז צום טאג פון די חתונה וועט שוין דאס בריוול סיי ווי זיין רעסייקעלט און דעמאלט לייגט מען דאך שוין אריין אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איבער די חתונה.
יעדער וואס האט א מייק אין די האנט, יעדער וואס האט קינדער, בחורים, אדער מיידלעך וואס הערן אים אויס. זאל עס זיין טאטע און מאמע, א מלמד צי א לערערין, א מנהל אדער א מנהלת, א רבי און א ראש ישיבה, א רב און דיין, זאלן זיך מאכן א חשבון וויפיל אידיש געלט זיי קענען שפארן פאר אידישע קינדער, וויפיל הארץ אטאקעס זיי קענען פארמיידן פון אידישע קינדער, וויפיל צער יגון ואנחה זיי קענען צוריק האלטן פון אידישע קינדער וויפיל שמחה און נחת זיי קענען אריינברענגען אין אידישע הערצער, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן ארויסנעמען אפילו איין פרוטה פון טאש, נאר בלויז מיט'ן רעדן צו די קינדער וואס עס מיינט א אידישע שמחה, ערקלערן אז די איבריגע לוקסעס מאכט נישט פרייליך, עס העלפט גארנישט אין לעבן, און ווי שיין און ריכטיג עס איז צו שפארן אידיש געלט ווען עס קומט צו שמחות.
חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווען עלטערן פירן זיך מיט שכל און ווי עס דארף צו זיין, וועלן די קינדער דאס נאכמאכן. ווען די קינדער זעען אז ווען די עלטערן מאכן א שמחה פאר זיך, א קידוש, א וואכנאכט, זוכן זיי נישט אויסצוגעבן ווי מער געלט אז אלעס זאל קלאפן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אז די גאנצע שטאט זאל זיך טאקע איינרעדן אז זיי זענען באלעבאטישע אידן, ווען די קינדער וועלן זען אז דער פעקל ביים אפשערן מוזן נישט אזוי טיפ-טאפ אז יעדע שכנ'טע זאל עס באוואונדערן, דאן וועלן זיי אויך נישט פארלאנגען אז זייער בר מצוה און חתונה זאל זיין אזוי מעכטיג. אבער אז די עלטערן בארגן זיך שוין אן ביים וואך נאכט און ברית, וועט עס שוין אויך אזוי מיטגיין לתורה ולחופה.
און אפילו די עלטערן וואס האבן נאכנישט די קוראזש צו קענען מאכן א שמחה ווי א לאגישער מענטש, זיי האלטן נאכנישט אויף די מדריגה צו קענען קוקן דעם מציאות, צו קענען חתונה מאכן נאר לויט וויפיל זייער טאש ערלויבט; קענען זיי אבער טון כאטש דאס מינימאלסטע, ווען עס קומען קלוגע אידן און מאכן יא חתונה אויף א נארמאלן שטייגער, זיי חובות'ן זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, געבן נישט אויס געלט פאר נוצלאזע נארישקייטן, זאל מען כאטש נישט חוזק מאכן פון דעם, זאל מען דאס נישט אוועקמאכן אין די אויגן פון די קינדער, זאל מען כאטש קרעכטצן, "איך קען עס טאקע נישט נאכמאכן, אבער כל הכבוד פאר די פארשטענדליכע אידן וואס קענען עס יא באווייזן". און אזוי וועט זיי דאס נישט צוריק פאטשן אין פנים ווען ס'וועט קומען אמאל א טאג ווען זיי וועלן מוזן אביסל איינציען דאס פזר'ענען, און די קינדער וועלן נישט וועלן הערן דערפון.
בואו ונחשוב חשבונו של עולם
ס'געווען אמאל א איד וואס האט געליטן אויף די אויגן לא עלינו, ער האט געמאכט א מחלה וואס האט אים געשטערט דאס זען רחמנא ליצלן. איין טאג איז ער געוואויר געווארן פון א גרויסן אויגן דאקטער וואס קען אים אויסהיילן זיין פראבלעם, ער איז געפארן צום דאקטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט אים דער דאקטער גענצליך אויסגעהיילט, און ער האט אנגעהויבן זען אויף די אויגן כאחד האדם.
פארשטייט זיך אז צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, ער איז געווען גאר דאנקבאר צום דאקטער, און איז אהיימגעקומען מיט איין שמחה און דערציילט די פרייליכע בשורה אז ער קען שוין זען, דער דאקטער האט אים געמאכט זען. האט אים איין חכם אנגעהויבן אויספרעגן איבער דעם דאקטער, "וואס האט דער דאקטער דיר געמאכט זען? ער האט דיר געמאכט זען א הויז, א טיש, א בענקל, מענטשן, גאסן?", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער פארשוין וויל פון אים, "וואס הייסט וואס ער האט מיר געמאכט זען?! איך קען דען אויסרעכענען יעדע זאך וואס איך האב שוין געזען זינט ער האט מיר אויסגעהיילט?! און איך ווייס דען וואס נאך איך גיי אלץ זען פון יעצט און ווייטער מיין גאנץ לעבן?! איך קען נאר אזויפיל זאגן אז ער האט מיר געעפנט די אויגן און איך קען שוין זען".
מענטשן האבן ליב צו זען חשבונות אויפ'ן פאפיר, וויפיל האט דאס געקאסט און וויפיל האט יענץ געקאסט, און אפשר האט מען פארגעסן אויסצורעכענען נאך זייטיגע הוצאות. ס'שווער אויסצורעכענען יעדן דעטאל וויפיל ס'האט געקאסט ביים חתונה מאכן, און אויך איז שווער צו מאכן א ליסטע וויפיל א חתונה דארפן קאסטן פאר יעדן איינעם, ווייל יעדע פאמיליע האט אנדערע זאכן וואס איז וויכטיג פאר זיי, קיינער איז נישט אייניג. דאס איז אבער יא א דבר השווה לכל נפש, אז מ'דארף זיך עפענען די אויגן, און זען וויפיל אידיש געלט עס ווערט געווארפן אין מיסט ביי יעדע שמחה, און אין וויפיל חובות מ'פאלט אריין ביי יעדע חתונה פון א קינד, און יעדער דארף זען לויט זיין מצב וויפיל ער קען זיך ערלויבן, וויפיל ער דארף זיך ערלויבן. און גוט געדענקען אז די גאנצע שמחה לויפט אדורך כהרף עין, א טאג נאכדעם האט שוין יעדער פארגעסן דערפון, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און וואס עס בלייבט יא איבער איז נאר די חובות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען. און דער עיקר וואס בלייבט איז די נחת וואס מ'האט פון די קינדער, ווען מ'זעט ווי דאס נייע פאר-פאלק איז זוכה אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דאס קען מען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט, דאס קען מען נאר עררייכן מיט א גוטן חינוך און מיט אסאך תפלות צום אייבערשטן.
אזוי ווי עס גייט אבער אין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל אנהויבן חתונה מאכן די קינדער פאר ביליג, איינע פון די סיבות פארוואס מ'האלט זיך צוריק פון א שידוך מיט די קינדער איז פשוט ווייל מ'האט נישט דאס געלט פאר דעם, האט דער ראש ישיבה שליט"א פרובירט אראפצושרייבן פונקטליך וויפיל ס'האט אים געקאסט די גאנצע חתונה כדי אנדערע מענטשן זאלן זיך אויך קענען אפלערנען דערפון, און עס קענען נאכמאכן אויף זייער אופן.
די חתונות אין ישיבה האלט יעדער מיט, מ'זעט מיט די אויגן ווי די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה, מענטשן ווילן אבער וויסן וואס עס טוט זיך מיט די איבריגע זייטיגע הוצאות, וויפיל מ'שפארט זיך איין דארט. דעריבער איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די דעטאלירטע ליסטע וויפיל עס האט געקאסט די גאנצע הוצאות החתונה, פון אנהויב ביז'ן סוף, פאר'ן צד החתן דער ראש ישיבה שליט"א, און זען ווי אזוי א אידישע חתונה דארף בכלל נישט קאסטן קיין סאך געלט.
אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, ביי די חתונה האט אלע צירונגען פאר די כלה געקאסט אלעס אינאיינעם ווייניגער פון טויזנט דאלער. דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... פאקטיש איז דאס אבער א גרויסע הארץ ווייטאג. אז מען האט אבער נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...
קיין תנאים האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? קודם איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן, און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. אפשר זאל מען שוין ביים ברית קויפן פאר'ן רך הנימול א וואש מאשין, וואס ער וועט זיכער דארפן האבן יארן שפעטער ווען ער וועט שוין האבן וועש צו וואשן?...
פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שיך פאר די כלה? אין עטליכע יאר ארום וועט דאך די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע רח"ל?
פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה קלי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה, די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.
און וואס איז מיט גרויסע געלטער וואס מ'צאלט היינט פאר די חתן און כלה שיעורים, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען. מ'לערנט אויס מיט וועלכע פוס מ'דארף אנהויבן טאנצן, ווען מ'דארף אפשאקלען די ברעקלעך, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן וואס פעלט בכלל נישט אויס, נאר אז ער זאל מאכן שיין פרנסה. אמת טאקע אז די חתן כלה דארפן לערנען הלכות, זיי דארפן וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א אידישע שטוב לויט ווי דער אייבערשטער פארלאנגט, אבער דאס איז די ארבעט פונ'ם ראש ישיבה פונעם בחור אים דאס אויסצולערנען, און די לערערין פון די כלה דאס אויסצולערנען, און דאס דארף נישט נעמען אזוי לאנג, און ס'דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט. אזוי ווי ביי די יעצטיגע חתונה ווען דער בחור האט געלערנט ביי זיין ראש ישיבה, און די כלה האט געלערנט ביי איר מנהלת, און די שיעורים האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה.
פארוואס דארפן די מחותנים צושטעלן באסעס צו קומען און אהיימגיין פון די שמחה? ווער ס'וויל זיך מיטפרייען, קען טרעפן א וועג צו קומען, און ווער ס'קען נישט טרעפן קיין וועג צו קומען, איז פאר אים ווארשיינליך גענוג זיך מיטצופרייען פון דערווייטנס. איין פראבלעם איז דא, ווען מ'ענדיגט די חתונה זייער שפעט אין די נאכט אריין, און דעמאלט קען מען שוין נישט טרעפן א וועג אהיים - אפילו פאר געלט - צו א צווייטע שטאט. ווען די חתונה ענדיגט זיך אבער א פערטל צו עלף, קען מען נאך רואיג טרעפן א וועג אהיים נאך די חתונה, און זיכער נאכ'ן טאנצן.
פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי וועלן זיך עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשעד דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?
פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. ביים קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך נעבעך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש.
פארוואס דארפן די שבע ברכות'ן קאסטן אזויפיל געלט? מ'שלעפט זיך יעדע נאכט צו א צווייטע זאל, און קיינער האט נישט קיין געשמאק און הנאה דערפון. פארוואס זאל נישט יעדע נאכט איינער פון די משפחה מאכן א שיינע נאכטמאל, און לאדענען די חתן כלה צו קומען אויף נאכטמאל. און די זעלבע איז מיט די שבת שבע ברכות וואס די שענסטע זאך איז ווען מ'מאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה פאר די נאנטע קרובי המשפחה, און יעדער איז העכסט פרייליך און צופרידן.
און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מענטשן קענען זיך שאפן פון אונטער דער ערד. דער וואס איז אבער קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, נאר טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.
יעמוד יעמוד יעמוד
ווי אזוי דער מצוה טאנץ האט זיך דערקייקלט צו דאס אויסזען וואס ס'האט היינט צו טאגס על אדמת אמעריקע, איז שווער צו וויסן. אבער מאמענטאל איז די אנגענומענע געשטאלט פונעם מצוה טאנץ עפעס א מאדנע זאך וואס קיינער אין זאל ווייסט נישט פונקטליך וואס דארף צו באדייטן.
דער בדחן הויבט אן מיט'ן אויסרימען ווי שיין די חתונה איז געווען - א זאך וואס ער האט בכלל נישט מיטגעהאלטן. דערנאך גייט עס ווייטער מיט'ן מספיד זיין די זיידעס און באבעס - וועמען ער האט קעגן געלערנט נישט לאנג פריער. און נאכדעם צו די פעטערס וועמען ער האט קוים זייערע נעמען באוויזן אפצושרייבן עטליכע מינוט צוריק.
דער עולם איז שוין צו מיד צווייע ביינאכט צו קענען אריינטראכטן מיט א קלארן מח, און פארשטיין דער מצב וואס הערשט אין זאל. שטייט א בדחן און גראמט, קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. געוויסע זיצן און שמועסן, אנדערע זענען מער בעלי דרך ארץ און ווילן נישט פארשעמען דעם בדחן וועלן זיי נישט רעדן הויך נאר זיצן שטיל און דרימלען. אלע האבן איין ציל זיך צו טרעפן ווי פריער אינדערהיים, און אראפלייגן די קינדער שלאפן.
דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן מנהג ישראל צו מאכן א מצוה טאנץ, צו מקיים זיין דעם כיצד מרקדין לפני הכלה. די געשמאקסטע זאך פאר יעדן איינעם וואלט געווען ווען מ'טוט ווען ווי מ'טוט ביי די חתונות אין בית המדרש, דער שמש שטעלט זיך אויף און מאכט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים, און די חתן כלה. און דאס נעמט נישט מער ווי צווישן צוואנציג מינוט און א האלבע שעה.
דאס זעט מען יעדעס מאל פון פריש ביי די חתונות אין ישיבה, ווען די משפחה זעצט זיך אוועק צום מצוה טאנץ, און נאך א האלבע מינוט דארפן זיי זיך שוין אויפשטעלן מיטטאנצן מיט'ן זיידן, ווי עס שפרייט זיך אויס א ברייטן שמייכל אויף יעדנ'ס געזיכט, ווען זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן יעצט דארפן אויסהערן דעם בדחן פאר כאטש א האלבע שעה, ביז ווען מ'וועט שוין ענדליך זען דעם ערשטן מצוה טאנץ.
די מחותנים האבן זיך שוין געשפארט גאר אסאך ביז'ן אנקומען צום מצוה טאנץ, אבער די ארומיגע משפחה איז דעמאלט די צייט ווען זיי שפירן עס דאס מערסטע אויף די אייגענע הויט.
סך הכל
די באריכט ווי אזוי די יעצטיגע חתונה איז צוגעגאנגען אין ישיבה, קענט איר ליינען דא; אבער די שמחה און געשמאק וואס האט זיך געשפירט אין זאל בשעת די חתונה, דאס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, דאס קען מען נישט איבערגעבן פאר איינעם וואס האט דאס נישט געשפירט און געזען מיט די אייגענע אויגן.
א פשוטע חתונה אין א בית המדרש, האט אלע טעמים אין די וועלט. אלע באטייליגטע, אלע משפחה מיטגלידער פון ביידע זייטן, די פילע רבנים און דיינים וואס האבן אנטייל גענומען, אלע אנשי שלומינו, די פילע אידן וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, און אפילו די פילצאליגע מענטשן וואס האבן בלויז געוואלט אריינשטעקן דעם קאפ צו זען ווי אזוי אזא סארט חתונה זעט אויס; האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי אזוי אזא ביליגע און פשוטע חתונה, איז פיל מער פרייליך און געשמאק פון די גאר טייערע חתונות, וואו מ'האט פארשווענדעט אזויפיל אידיש געלט פאר אומזיסט, וואו בלויז די בלומען האט דארט געקאסט פיל מער ווי די גאנצע חתונה אין בית המדרש.
אזא שטילע חתונה, שרייט מיט אזעלכע הויכע אומבאנומענע קולות. עס שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן מחותן, אין די אויערן פון יעדן רעכט דענקיגן מענטש, אז ס'איז שוין צייט אפצולאזן די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן, וואס מ'קען שוין נישט אויסהאלטן.
חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה.
האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים.
שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן.
ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה".
עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון.
רבותי! ס'איז צייט אויפצושטיין פון שלאף! דאס זייפן-בלעזל האט שוין לאנג געפלאצט, מיר דארפן אנהויבן טראכטן פאר זיך אליין אז דאס איז נישט דער וועג ווייטער אזוי צו גיין! די נשמה דארף נישט ארויספליען יעדעס מאל מען מאכט חתונה! מען זאגט א ווערטל אז די נשמות פון די זיידעס קומען אראפ צו א חתונה ווייל זיי זעען ווי די נשמות פון די מחותנים פליען ארויס, קומען זיי זיי אנטקעגן מקבל פנים צו זיין... לאמיר אויפהערן צו קוקן אויף סטאנדארטן, לאמיר אנהויבן קוקן אויף זיך, לאמיר מאכן א ווינט, אן אטמאספער, אז מען קען חתונה מאכן ווי אזוי מען וויל, עס זאל זיין א נארמאלע זאך אז מען קען חתונה מאכן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אן דארפן מורא האבן אז יענער וועט לאכן.
זאל דער רבונו של עולם שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זאל ער שוין אראפשיקן א רוח ממרום אין די הערצער פון אידישע קינדער אז מען זאל נישט דארפן נאכמאכן א צווייטן. די גאנצע זאך אז עס איז דא א געוויסער סארט סטאנדארט וואס אזוי דארף מען חתונה מאכן, זאל שוין בטל ווערן. מען זאל נישט דארפן נאכמאכן דעם עושר'ס חתונה, יעדער זאל לעבן נאר פאר זיך, חתונה מאכן די קינדער נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נאר שמחה און נחת פון קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.