דער אינערן מיניסטער פון אוקריינא אַרסען אַוואַקאָוו האט געזאגט, אז אוקריינא וועט אריינלאזן קיין אומאן אויף ראש השנה אידן וואס האבן שוין גענומען די וואקסין קעגן די קאוויד-19. זיי זאגן אז זייער הויפט ציל איז אז די ווירוס זאל זיין אונטער קאנטראל.
פאריאר זענען צענדליגע טויזנטער אידן אפגעהאלטן געווארן פון קענען זיין ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבין אויף ראש השנה, ווען די אוקריינא רעגירונג האט נאך דרוק פון די ערב רב פון אונזער דור הערמעטיש פארמאכט די גרעניץ פאר די גאנצע תקופה פון ראש השנה.
הונדערטער אידן וואס האבן פרובירט אויף פארשידענע וועגן אנצוקומען אויף ראש השנה, זענען געווען געשטראנדעט פאר פילע טעג אין אסאך לופטפעלדער דורכאויס אייראפע, ווי לאנדאן, פאריז, בודאפעסט און נאך. עטליכע הונדערט אידן האבן זיך אויפגעהאלטן עטליכע וואכן אין די צוויי שכינות'דיגע לענדער פון אוקריינא, מאלדאווע און בעלארוס, זוכנדיג א וועג אריין קיין אומאן.
ערליכע אידן ווייסן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נאר מען איז ווייטער מתפלל צום אייבערשטן אז עס זאלן אוועקגענומען ווערן אלע מניעות בכלליות און בפרטיות, און מען זאל זוכה זיין דאס יאר צו קענען בפועל פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און דארט באקומען אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט.
📰 אידן רייסן איין און האפן צו האבן די זכיה אנצוקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"א
📰 קיבוץ אנשי שלומינו פראווען ראש השנה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי
📰 בנין אין אומאן וועט בעז"ה פארברייטערט ווערן פאר ראש השנה תשפ"ב
📰 פלאן פאר עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג
📰 דער ראש ישיבה אין אומאן - ווינטער תשפ"א
💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן?
📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן
📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע
📖 קונטרס "מעלת נסיעה לצדיקים על ראש השנה" פון מוהרא"ש
📖 קונטרס שאלות ותשובות בנוגע אומאן ראש השנה פון מוהרא"ש
🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר
📸 חתונה פון החתן חיים ישעי בן הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון ענגלאנד מתלמידי הישיבה, מיט די כלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א איידים פון הרה"צ רבי יצחק לעסער שליט"א - מאנטאג ויק"פ תשפ"א אין שטאט אומאן
 
הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל