בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן ציון אין קערעסטיר ווארעמט אן הערצער
יח טבת תשפ"ב 📝
מיט עטליכע וואכן צוריק ווען דער ראש ישיבה האט זיך געפונען מיט אנשי שלומינו אויפן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיכער געמאכט אז מען שטעלט זיך אפ ביים ציון פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור רבי וואס איז באקאנט מיטן לשון חיבה "רבי ישעי'לע קערעסטירער" זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער כל ימיו עוסק געווען אין די הייליגע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידן "לשובע ולא לרזון".
ביים הייליגן ציון, איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, ווי אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א האבן איינגעריסן ביים אייבערשטן פאר ישועות און רפואות. נאכדעם וואס מען איז ארויסגעקומען פון הייליגן ציון, און אויסגעפועלט אלעס גוטס, האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל גיין אין די וועגן פון הייליגן צדיק און שטיצן דעם בית התבשיל וואס טוט טאקע אט דאס, געט צו עסן פאר אידישע קינדער מיט א ברייטע האנט, און מאכט זיכער בס"ד אז אידן האבן צו עסן בהרחבה.
אט איז דער בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן:
"בס"ד, י"ט כסלו, פה קערעסטיר אצל ציון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע
לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש
האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש ני"ו מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצווה פון העלפן משפחות נצרכים זאל האבן עסן לשבת ולחול.
אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה.
ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה.
החותם למען המצווה ביים ציון פון הרה"ק זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה"
דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן.
צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448.
לשובע ולא לרזון
💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל
📰 דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים