דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים
כ כסלו תשפ"ב 📝
יעצט בעת מיר שרייבן די שורות, מיטוואך אווענט, איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפן פליגער און וועט לאנדן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע שעות, מיטברענגענדיג פילע זעק ישועות און רפואות פאר אנשי שלומינו און גאנץ כלל ישראל.
דא וועלן מיר געבן דעם צווייטן העלפט פונעם באריכט פונעם נסיעה, ווי מיר האבן געענדיגט ביים פאריגן באריכט אנפאנג וואך.
ווי געמאלדן איז מען מאנטאג נאכט אנגעקומען צום הייליגן ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאר'ן אנקומען צום ציון אז מ'דערציילט גאר גרויסע ניסים און ישועות וואס אידן פועל'ן אויס אין קערעסטיר, און מ'זאל זען גוט אויסצונוצן דאס פלאץ זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים.
ווייטער איז מען געפארן צום שטאט מאדע, וואו עס ליגן די גרויסע צדיקים דער הייליגער קול ארי' זי"ע, דער לבושי מרדכי זי"ע, און נאך.
פון דארט איז מען געפארן ווייטער קיין קאלוב, צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דארט האט מען געדאווענט מעריב.
ביינאכט איז מען אנגעקומען צום שטאט סיגוט ווי מען האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם הערליכע סאטמארן בית המדרש, דערנאך איז מען געגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע צדיקים פונעם הייליגן יטב לב זי"ע, און דער עצי חיים זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען און געפועלט אלעס גוטס.
דערנאך איז מען צוריק צום סאטמארן בנין הכנסת אורחים ווי מען האט געגעסן א שיינע סעודה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "חסדי ה', בך בטחו" צום גרויסן טאג כ"א כסלו.
אויסער די אלע הייליגע ציונים האט מען זיך אפגעשטעלט ביי נאך פילע קברי צדיקים אויפ'ן וועג.
אויפ'ן באס צווישן איין ציון און א צווייטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר גערעדט און
פארגעלערנט, ס'איז געווען גאר שיינע שמועסן אויפ'ן וועג. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די גרויסקייט פון די צדיקים וואו מ'איז געפארן, נאכגעזאגט מימרות פון זיי און געזינגען אינאיינעם זייערע ניגונים.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אנשי שלומינו פארשטייען נישט צומאל פארוואס מ'דארף פארן צו קברי צדיקים, מיר זענען דאך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן אלעמאל און איבעראל, מיר ווייסן אז מ'קען זיך אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל, אבער דער הייליגער רבי זאגט אז ביי קברי צדיקים קען מען גרינגער און שנעלער פועל'ן, אפילו ווען מ'איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן. ביי קברי צדיקים מאכט מען אזוי ווי א שנעלערע וועג, גרינגער און שנעלער געהאלפן צו ווערן.
ביי יעדן ציון האט מען געזאגט אינאיינעם תהלים, מ'האט געמאכט א סדר אנצוהויבן תהלים ביים ערשטן ציון, און ווייטער ממשיך געווען ביים צווייטן ציון, ביז מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין לויף פון די נסיעה. דאס איז אויסער די תפלות און התבודדות וואס יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביי די אלע הייליגע צדיקים.
עס האט זיך דערקענט אז עס פארן א חבורה פון היכל הקודש, ווען יעדער איז געווען פארנומען צו ענדיגן זיינע שיעורים אויפ'ן וועג, יעדער מיט זיין חומש, משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט יעדן טאג דעם טעגליכן שיעור אינעם דף הקהלה, שטייענדיג אויפ'ן באס, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען, ווי אויך האט ער פארגעלערנט ווייטער שיעורי התחזקות.
די אלע שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה, און נאך פילע אפדעיטס קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" (נומער 6 פונעם מעין מעניו) טעלעפאן ליין.
על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות, אות צדיק, קעג).
דא אויפן וועבסייט קען מען זען פילע בילדער און קליפס פון די שיינע נסיעה.
📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99
🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה
🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער"
💳 BreslevCenter.com gift card