נאך דעם גרויסן פארלאנג פון די טויזנטער "ברסלב סענטער" אקטיווע באנוצער, וואס האבן כסדר געבעטן אז מען מוז האבן אן אנליין געשעפט ווי מען קען "קויפן" 24 שעה אויטאמאטיש די ספרים, קונטרסים, און סידיס. האט די שטאב פון ברסלב סענטער אריינגעלייגט גאר אסאך כח צייט און געלט אנצוקומען צו אויסארבעטן דעם געשעפט.
מען איז געזיצן מיט "וועב דיזיינערס" און מומחים גאנצעטע טעג, און אויסגעארבעט און איבער געארבעט אלע דעטאלן, און געלויבט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, אז "ברסלב סענטער" איז אנגעקומען ביז אהער, און יא די טויערן פונעם נייעם מסודרדיגן "ברסלב סענטער" געשעפט איז שוין ברייט אפן.
דער געשעפט איז לעת עתה איינגעטיילט אין עטליכע באזונדערע אפטיילונגען. סידיס, קונטרסים, ספרים, און פארשידענס. מיר וועלן דא אראפגעבן נאר גאר א קורצע טעימה פונעם אויסוואל, וואס איז כטיפה מן הים וואס מען קען דארט אלץ טרעפן, ועוד ידם נטויה בעזרת השם יתברך צוצולייגן צום אויסוואל נאך פילע פראדוקטן.
ביי די סידיס אפטיילונג טרעפט מען א שיינער אויסוואל פון פילע סידיס פונעם ראש ישיבה, פון די ישיבה, וכו'. צום ערשט די בארימטע "גראמען" סידיס, דאס איז א קאלעקשאן פון הערליכע גראמען מיט וואס דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש זי"ע ביי חתונות. די גראמען זענען באמת יעדעס איינס ווי א שיעור התחזקות, געשמאק פאכמאניש אראפגעלייגט מיט גראמען. אויך זעט מען דארט די "טאנץ מיט אמונה" סידיס, א סעריע סידיס וואס אנטהאלט הערליכע ניגונים אויף אידיש, ווי דער ראש ישיבה גראמט אויס פארשידענע נושאים פון עצות און חיזוק פון הייליגן רבין מיט וואס מען קען זיך מחיה זיין. דערנאך איז דא די "ניגונים פון תשובה" סידיס, א סעריע פון סידיס וואס אנטהאלט פילע אידישע ניגונים פון ראש ישיבה, פול מיט התחזקות אין תשובה און אמונה, וואס פרישט אויף א מענטש. און נאך גאר אסאך הערליכע סידיס וואס איז אוממעגליך אלעס אויסצורעכענען אין די ראמען פון א קורצע ארטיקל.
אונטער די קונטרסים פעידזש, איז שויין דא דארט צו באקומען א ריזיגער אויסוואל פון איבער 120 פארשידענע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף פילע נושאים, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם; אריינגערעכענט צענדליגע אידישע קונטרסים ווי צום ביישפיל "אידיש נחת", "האב רחמנות אויף דיין קינד", "גלייב אין דיר", אזוי אויך פילע קונטרסים אויף לשון הקודש, עטליכע אויף שפאניש, רוסיש, און פראנצויזיש. בעז"ה וועט נאך צולייגן נאך פילע הונדערטער קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף יעדע נושא וואס איר קענט נאר טראכטן.
ביי די ספרים אפטיילונג קען מען שוין טרעפן די 4 בענדער ספרי עצתו אמונה בריוו פונעם ראש ישיבה אויף אידיש, און דעם ספר אשר בנחל אידיש חלק ב'. וואס זענען מלא התחזקות, אמונה און עצות אויף אלע ענינים אין לעבן. מיט אייבערשטנ'ס הילף וועט ארויפגיין דארט נאך פילע ספרים.
אונטער די "פארשידענס" פעידזש וועט בעזהשי"ת ארויפגיין פילע אנדערע ארטיקלען וואס וועט מחיה זיין און מהנה אנשי שלומינו צו יעדע צייט. צום ביישפיל, יעצט קען מען דארט טרעפן די אזוי שטארק געזוכט "קמיע" פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה; אן "עס די" קארט, אנגעפילט מיט איבער צוויי הונדערט דרשות פון ראש ישיבה; און די נייע די-ווי-די פלעי פאר פרויען און מיידלעך וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען "דער בערגער און דער ארימאן".
מיטן אייבערשטנס הילף וועט נאך צוקומען נאך פילע אפטיילונגען אויפן וועבסייט, להחיות בהם נפש כל חי, וויפיל דער אייבערשטער וועט געבן די מעגליכקייט.
ווי פארשטענדליך זענען די הוצאות אויפצוהאלטן און פארבעסערן דעם וועבסייט גאר אסאך, און נאר אדאנק וואס דער אייבערשטער האט געהאלפן אז אידן פארשטייען די חשיבות פון הפצה וואס דער וועבסייט טוט, גרייכנדיג צו טויזנטער מענטשן יעדן טאג, און זיי זענען מנדב פארן וועבסייט יעדער לויט זיין יכולת, אזוי קענען מיר אנגיין און פארבעסערן אונזער וועבסייט.
עס איז דא נאך אסאך מער וואס מען קען און דארף געטון ווערן. פילע פלענער זענען פארהאן וויאזוי צו פארבעסערן און פארברייטן דעם וועבסייט אויף פילע פראנטן. נעמט א חלק אינעם מעכטיג הפצה אפאראט "ברסלב סענטער" וועבסייט, און געבט אייער הארציגע נדבה דורך דרוקן דעם דעם לינק.
יָפֻצוּ מֵעֵינוֹתֶיךָ חוּצָה
🛒 דער נייער "ברסלב סענטער" געשעפט
💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט
📰 ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש - ניסן תשפ"א
📰 ברסלב סענטער גרייט זיך צו עפענען די טויערן פונעם אנליין געשעפט
📰 ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א
📸 מען גרייטן זיך צום דעם אלבום טאנץ מיט אמונה #4 אין סטודיא
📸 מען ענדיגט דעם אלבום טאנץ מיט אמונה #2
📸 דער אלבום ניגונים פון תשובה #7 שוין גרייט
💬 די קמיע פון מוהרא"ש דארף האבן דאס בילד דערויף?
📜 אן א שיעור מענטשן זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן
📜 פארשפרייטן די אמונה, דעם רבינ'ס עצות, פאר די גאנצע וועלט
📜 מחזק א איד וואס האט געארבעט מ'זאל קענען צוקומען צום וועבסייט "ברסלב סענטער"
📰 📀 פּלעי "דער בערגער און דער ארימאן" צו באקומען