מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער ווערן מער און מער מענטשן געוואר פון די לימודים און עצות פון הייליגן רבין. די מפיצים גייען ארום צו אידישע קינדער, און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און סידיס, וואס טוישן הונדערטער אידן דאס לעבן. זיי ווערן געוואר אז אויך זיי קענען האבן א עכטע קשר מיטן אייבערשטן. זיי הייבן אן צו שפירן א טעם אין זייער לעבן. וואס געשעט דערנאך? ער הייבט אן צו זוכן, וואו קען מען באקומען נאך פון די ספרים? ער וויל באקומען נאך דרשות און נאך גליונות. פילע קומען אן צום ברסלב סענטער וועבסייט, ווי זיי דערקוויקן זיך מיט די בריוון, מען שיקט אריין שאלות און זיי באקומען וואונדערליכע ענטפערס. זיי דאונלאדן פון דא אלע גליונות און ספרים, זיי הערן אויס די הונדערטער שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט כסדר, טעגליך פאר די בחורים, דער טעגליכער שיעור גמרא. אויך באקומט מען טעגליך אפדעיטס און קראנטע נייעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין חדר, אין קעמפ, אין שטעטל, אין אומאן, אין בית הדפוס, שמחות צווישן אנשי שלומינו, און אזוי ווייטער.
דאס אלעס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג. יעדן טאג ווערן ארויפגעלייגט פרישע בריוו פון ראש ישיבה, עס ווערט ארויפגעלייגט די נייע שיעורים אויף ווידיא און אוידיא, יעדע וואך קומט ארויף אלע נייע גליונות און קונטרסים וואס ווערט דאונלאדעט אין די טויזנטער, יעדן טאג ווערט ארויפגעלייגט די פרישע נייעס וואס עס טוט זיך. עס קומט ארויף טעגליך פילע נייע בלידער אלבומס, פרישע אינטערעסאנטע קליפס וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה. יעדן טאג איז דא די נייעסטע "חיזוק יומי" קליפס, וואס פילע באקומען פון דא.
עס ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך געלט און כח אויפצוהאלטן דאס אלעס און עס כסדר פארבעסערן. און ברוך השם אז דער וועבסייט איז עושה פירות, מען קען ממש זען ווי די טרעפיק צום וועבסייט פארמערט זיך ממש טאג טעגליך מיט גאר שטארק ציפערן. עס פארמערן זיך די אקטיווע באנוצער מיט עטליכע הונדערט א וואך. אזוי ווייט אז פאר די פארגאנגעם חודש למספרם איז די צאל קליקס צום וועבסייט אריבערגעגאנגען דעם 100,000 ציפער.
עס אונז א געוואלדיגע זכיה אז מיר האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים פון טויזנטער אידן וואס באקומען פון דא זייער לעבן. עס איז אוממעגליך צו שילדערן דעם קורת רוח וואס מען שפירט ווען מען הערט צוריק פון אידן פידבעק, און געבט אונז א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" זאגט אונז איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" שרייבט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערער צו אונז.
אויסער די פרישע אפטיילונגע אויף וואס מען ארבעט יעצט, ווי דער "געשעפט" פעידזש וואס וועט ממש בקרוב געעפענט ווערן בעז"ה, ארבעט מען אויף נאך אסאך פראיעקטן אינערהאלב די וועבסייט. צום ביישפיל, מען לייגט יעצט אריין גאר אסאך ארבעט צו דעוועלאפן א פראקטישע טעלעפאן "עפּפּ", וואס אנטשפעכט צו זיין א גאר א הערליכע און נוצבארע עפּפּ, וואס וועט באנצט ווערן דורך טויזנטער בעז"ה.
און אויך האט מען לעצטענס אנגעהויבן צו ארבעט גענצליך איבערצומאכן די גאנצע סטרוקטור פונעם וועבסייט. צוליב וואס ווען מען האט געעפענט דעם וועבסייט מיט עטליכע יאר צוריק האט מען נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט און ווי ברייט עס וועט זיך צואוואקסן קע"ה און דער יעצטיגער דיזיין איז שוין נישט צוגעפאסט פארן וועבסייט מיט אזויפיל אפטיילונגען אזויפיל אפדעיטס, און אזויפיל באנוצער.
אזוי אויך ביי די בילדער און ווידיאס אפטיילונג איז זייער נויטיג שטארקע רענאווציעס, ווי איר קענט אליינס זען, דאס דארף אינגאנצן איבערגעפרישט ווערן. דאס זעלבע מיט די נייעס אפטיילונג; דער יעצטיגער אויסשטעל איז שוין לאנג "אַוטדעיטעט".
דאס אלעס ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות פון צענדליגע טויזטער דאלער א חודש. ווי באקאנט קאסט יעדע ריר צו דעוועלאפן א וועבטייט טויזנטער דאלערס. און ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות וואס אידן ווארפן אריין ביי אונזער נדבות אפטיילונג.
און צוליב וואס די הוצאות האבן זיך שטארק פארמערט, גייט בעז"ה קומען גרויסע שינוים אין די נדבות אפטיילונג אויך, ווי מען וועט בעז"ה קענען אפקויפן דער זכות פון א טאג, א וואך, אדער חודש פונעם וועבסייט.
נעמט איינטייל אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור, און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן דורך מנדב זיין צום וועסייט דורך קליקן דא. אין דעם זכות וועט דער באשעפער זיכער אויסהערן אייער תפילות און איר וועט געהאלפן מיט ישועות און רפואות געזונט פרנסה נחת, און וואס איר דארפט.
 עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ, וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ
 
 📰 🎼 נגינה אפטיילונג עפענט זיך אויף
📰 📜 בריוו פאר פרויען ווערט צוגעלייגט
📰 🔗 "שעירן" און "דאולאוד" אפשאנס ווערן צוגעלייגט
📰 👍 מען צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט
📰 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט
💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט