דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט
יא ניסן תשפ"א 📝
אין די טעג טוט זיך אין בית המדרש אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. ארבעטער קומען און גייען, עס טוט זיך העפטיגע קולות פון האקערייען און זעגערייען. וואס איז? מען האט זיך גענומען אין די טעג צו די ארבעט פון ענדיגן און פארהערליכן דעם בית מקדש מעט.
צוערשט האט מען שיין איבערגעבויעט די טרעפ אריינצוקומען אין בנין און אינסטאלירט א שיינע און דויערהאפטיגע צוים. אזוי אויך האט מען הערליך פארענדיגט די ספרים שענק. מען האט געספּעקלט די ווענט און מען האט זיי שיין געפארבט. יעצט גייט מען בעז"ה אינסטלירן שיינע מארמאר שטיינער אויף די אונטערשטע העלפט פון די ווענט. דער מזרח וואנט גייט איבער א גענצליכע טראנספארמאציע. די גאנצע וואנט ווערט הערליך באצירט מיט מארמאר שטיינער, דערויף גייט קומען א הערליכע שטיינערנע "ברסלב'ע קרוין", וואס וועט צוגעענדיגט מיט א מייסטערהאפטיגע הערליכער ארון הקודש וואס וועט שטיין אינדערמיט.
אינדרויסן פון בנין האט מען שיין פארראכטן די לענדסקעיפינג. מען האט אוועקגענומען אלע שיריים פון די בוי ארבעט, און געפלאנצט שיינע פרישע גראז, אויך האט מען אינסטאלירט צוימען ביי אלע שטעגן און וועגן.
אויך אין מקוה האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות, מען האט געלייגט שטארקע אייזענע דעקלעך העכערן בור מי גשמים, מען האט געלייגט פעסטע צוימען, און מען האט אינסטאלירט א גאר טייערע און סאפיסטיקירטע "פילטער" סיסטעם, וואס מען האט באשטעלט פון א פירמע אין ארץ ישראל וואס צייכענט זיך אויס מיט מאכן די בעסטע פילטערס פאר מקוואות.
מען האפט בקרוב זיך צו קענען נעמען צום פאריעקט פון אויפבויען א שיינע באלעמער וואס זאל דינען דעם בית ה' פאר לאנגע יאר.
לְפָאֵר אֶת בֵּית ה' (עזרא ז, יז)
📸 פסח פעקלעך ווערן אויסגעטיילט אין שטעל
📰 קרית ברסלב גראסערי
📸 דער ראש ישיבה קוקט זיך אום אין שטעטל ווי מען בויעט נייע דירות
📸 די פילטער אין בנין אין אומאן - די זעלבע סארט וואס מען האט געלייגט אין שטעטל
📸 די פילטער אין מקוה אין שטעטל