קרית ברסלב גראסערי
כד אדר תשפ"א 📝
פארגאנגענעם זומער האט מען זיך אריינגעלייגט צו עפענען א גראסערי אויף די בקשה פון ראש ישיבה.
דער אייבישטער האט געהאלפן אז מען האט געטראפן די פאסיגע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט פון צושטעלן פארן שטעטל א געשעפט מיט אלע גראסערי געברויכן, עס זאל האבן א גרויסע אויסוואל, מיט גוטע סטאר שעה'ן, גוטע פרייזן.
מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געטראפן א גוטע פלאץ פארן גראסערי, און מען האט תיכף אנגעהויבן אויסצושטאפירן די גראסערי מיט אלע צוגעהערן. שעלווינג, פרידזשידערס, פריזערס, אינווענטארי און טשעק-אַוט סיסטעם.
דערנאך האט מען אנגעהויבן איינקויפן אלע פראדוקטן וואס א גראסערי דארף צו האבן.
יעצט ווען מיר שרייבן דעם ארטיקל - מאנטאג ויקהל פקודי - קען מען שוין מבשר זיין די גוטע בשורה, אז יא מען האלט שוין אינמיטן אויספאקן די באקסעס און אנפילן די שעלפס. מען האפט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך צו עפענען דעם נייעם גראסערי שוין אויף דעם סוף וואך.
ווי מען געט אונז איבער וועט דער גראסערי האבן א גאר סאפיסטיקריטער "סעלף טשעקאַוט סיסטעם", כדי אז אפילו דער וואס קען קומען נאר קומען אין די שפעטע נאכט שעות, זאל אויך קענען איינקויפן.
יֹאכְלוּ עֲנָוִים וְיִשְׂבָּעוּ
📸 די שעלפס אין גראסערי ווערן אנגעפילט
📰 נייעס פון קרית ברסלב - אדר תשפ"א
📰 קרית ברסלב שאטל
📸 דער נייער מקוה אין שטעטל ביים דענמען ביהמ"ד
🎞️ די קינדער אין קרית ברסלב דאווענען מיט געשמאק