הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל
כא אייר תשפ"א 📝
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגענוצט דעם קורצן באזוך אין ארץ ישראל צו מחזק זיין די פלייסיגע געטרייע מפיצים וואס שלאפן נישט און רוען נישט. זיי זענען פארנומען א גאנץ יאר און טראכטן אלץ "וויאזוי קען איך פארשפרייטן די ליכטיגקייט וואס איך האב באקומען פאר נאך איין איד?". זיי דרוקן און טיילן אויס צענדליגע טויזנטער קונטרסים און גליונות א גאנץ יאר.
אויך אין מירון האבן די מפיצים אויפגעשטעלט א הפצה סטענד. ווי עס איז געווען די הפצה הויפטקווארטיר פון וואו מען האט פארשפרייט טויזנטער גליונות, קונטרסים, דיסקס, קמיעות, און חיזוק יומי קארטלעך. מען האט אויפגעשטעלט אויפן פלאץ א גרויסע סקרין, ווי מען האט געזען חיזוק יומי שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע.
טויזנטער אידן האבן זיך כסדר אפגעשטעלט און זיך צוגעהערט צו די הייליגע דיבורים פון מוהרא"ש, און האבן איינגעקויפט פונעם טישל, קונטרסים און סידיס. גאר אסאך האבן זיך איינגעקויפט דעם בארימטן קמיע פון מוהרא"ש זי"ע וואס איז מסוגל פאר א שמירה פאר רפואה און הצלחה.
די פילע מפיצים וואס זענען געקומען פון גאנץ ארץ ישראל זענען אלע צוגעקומען צום טישל און גענומען א פאק ספרים, סידיס אדער קארטלעך און עס גענומען און אויסגעטיילט צווישן די פילע צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען פארזאמעלט איבער די גאנצע בארג.
הפצה ראטעוועט
ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט א מפיץ באגלייטן אים אלע "שבעה רועים", און עס איז נישטא קיין גרעסערס פון פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבין וואס ברענגט אריין אמונה אין אייבערשטן אין די גאנצע וועלט.
אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון די חשובע מפיצים, וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שרעקליכן אומגליק.
דער מפיץ הב' אברהם ני"ו פארציילט: געלויבט דער אייבערשטער אז איך בין געוואר געווארן פון די הייליגע וועגן פון היכל הקודש. ווען איך בין אנגעקומען קיין מירון בין איך געקומען נעמען קונטרסים און א צדקה פושקע פונעם הפצה טישל. כ'האבן אנגעהויבן מפיץ זיין דארט די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, דערנאך בין איך געגאנגען צום הדלקה פון תולדות אהרן ממש נעבן דעם פלאץ ווי דער אומגליק האט פאסירט.
אום 12:40 האב איך פלוצלינג באשלאסן "איך גיי ארויס", איך האב געשפירט כאילו איינער שטופט מיר "גיי, אנטלויף פון דא, שנעל!". נישט מער פון עטליכע מינוט שפעטער האט מען געהערט די שרעקליכע שמועות וואס האט פאסירט. איך האב געשפירט ווי דער זכות פון הפצה האט מיר געראטעוועט."
דער מפיץ מו"ה שמואל פּאַשקעס הי"ו פארציילט: "איך האב געהאט מורא'דיגע ניסים. איך האלט אז אלעס איז אין זכות וואס איך האב אריינגעלייגט עטליכע פרוטות אינעם פּושקע ביים הפצה טישל. איך בין ארויף צום הדלקה, איך האב דארט פארטיילט בערך 50 חיזוק יומי קארטלעך. איך בין געשטאנען ביים הדלקה פון תולדות אהרן נעבן עטליכע באקאנטע, וואס עטליכע פון זיי זענען נעבעך אומגעקומען שפעטער ביים אומגליק. איך בין געווארן צוקוועטשט, און איך האב אנגעהויבן צו פאלן, איך האב פארלוירן מיין באוואוסטזיין פאר עטליכע מינוט, און בדרך נס האבן מיר מענטשן ארויסגעשלעפט פון דארט. דער נס איז געווען אז איך האב גע'חלש'ט. ווייל עטליכע נעבן מיר זענען נעבעך אוועק..."
דער ראש ישיבה מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארברענגט ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור אין מירון ביי זיין טאטן כ"ק אדמ"ר מקארלסבורג שליט"א. נעכטן זונטאג איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און ביי נאך קברי צדיקים אין גליל, ווי דער ראש ישיבה האט אסאך מתפלל געווען פאר די תלמידים.
שפעטער איז דער ראש ישיבה געקומען צו די מפיצים אין צפת, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז ער קען קומען אין א שטוב ווי מען דרוקט און מען איז מפיץ די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "דארט ווי מען רעדט פונעם אייבערשטן, דארט ווי מען איז מגלה דעם אייבערשטן דארט איז דא די גרעסטע קדושה".
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צו די מפיצים אין טבריה, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערדעם וואס לעבן ווי א פשוטער איד אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט, אזוי ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, און אזוי ווערט מען הייליג. און אז דער צדיק ברענגט צוזאם גשמיות מיט די רוחניות.
אין די יעצטיגע מינוטן מאנטאג מיטאג (מאנטאג אווענט אין ארץ ישראל) בשעת די שורות ווערן געשריבן, קומט דער ראש ישיבה אן קיין ירושלים, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור פאר די ירושלימ'ער מפיצים.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך אהיים קערן בעז"ה מארגן דינסטאג.
וְעַל יְדֵי הֲפָצַת סִפְרֵי רַבֵּינוּ, נָבִיא אֶת מָשִׁיחַ צִדְקֵנוּ
📸 די הפצה טישל אין מירון תשפ"א
📸 ל"ג בעומר ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א אין מירון
📸 ביי קברי צדיקים אין צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א
📸 באזוכט בית הדפוס צפת - זונטאג בה"ב תשפ"א
📸 ביים קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א
📸 זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א - אין מירון
📸 ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון
📸 ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג נאכט בה"ב תשפ"א
📸 ביים שרייבן בריוון אין ירושלים עיר הקודש - מאנטאג בה"ב תשפ"א
🎞️ דער ראש ישיבה אין מירון תשפ"א - 9 קליפס
🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש טבריה - א' בה"ב תשפ"א
🎦 שיעור אין חבורת היכל הקודש צפת - א' בה"ב תשפ"א
📰 וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל
📰 איבערגעלעבט אין זכות פון די קמיע
💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה
🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה
📜 איך זע איר זענט גוטע מפיצים
📜 אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
💬 פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?