וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, נאך די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון ל"ג בעומר תשפ"א
כ אייר תשפ"א 📝
די וועלט שטייט שאקירט און מען קען נישט צו זיך קומען פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט ל"ע אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר העעל"ט. עס גלייבט זיך נישט ווען מען הערט די שוידערליכע שמועות, אומשולדיגע אידישע קינדער זענען נעבעך צודריקט און צעטרעטן געווארן. פינף און פערציג טייערע הייליגע לויטערע נשמות האבן זיך צוריקגעקערט צום כסא הכבוד אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר אין מירון.
זיצנדיג אין מירון, האט דער ראש ישיבה געזאגט עטליכע קורצע חיזוק שמועסן. צוליב די וויכטיגקייט דערפון וועלן מיר אראפ ברענגען די תוכן פונעם ראש ישיבה'ס ווערטער.
מענטשן זענען זייער צומישט, מענטש פרעגן "וואס גייט פאר"? דער הייליגער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ח"ב, סימן נ"ב: דאס וואס ס'איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; דאס איז זיין שיינקייט. אונזער שכל זאל פארשטיין דעם אייבערשטן וואלט געמיינט אז דער אייבערשטער איז אונזער שכל. קומט אויס אז דאס וואס מען פארשטייט נישט, ס'איז דא קשיות "וואס, וואס?" - דאס ווייזט ווי גרויס דער אייבערשטער איז. דער רבי פירט אויס "וואויל איז דער מענטש וואס האט נישט קיין קשיות". דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט. "אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא".
מ'האט געפרעגט א צדיק 'במה הארכת ימים', האט ער געענטפערט, 'איך האב נישט געפרעגט קיין קשיות'. אז מ'פרעגט קשיות, אויבן אין הימל איז אלעס קלאר, זאגט מען אים 'קום ארויף אויבן, און דו וועסט שוין אלעס פארשטיין'.
מ'דארף אסאך חזר'ן די אמונה, מיט זיך מיט די ווייב מיט חברים. עס איז דא א באשעפער. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, איך וויל נישט פארשטיין, און איך קען נישט פארשטיין. איך וויל האבן אמונה. נישט קיין חילוק וואס פאסירט. מ'ווייסט גארנישט וואס פארא גזירה רבי שמעון בר יוחאי האט אראפגענומען.
ליידער מ'הערט די שרעקליכע טראגעדיע וואס איז געשען אין מירון, עס קומט אריין שרעקליכע שוידערליכע נייעס; אומשוליגע טייערע בחורים און אינגעלייט, אזוי אומגעקומען אין אזא הייליגע טאג, אזוי סאך אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל יעצט.
דער הייליגער רמב"ם זאגט, ווען דער אייבערשטער שיקט עפעס א צרה, איז דא א מצות עשה א מענטש זאל זיך מתבונן זיין 'וואס דארף איך פאררעכטן'; דער רמב"ם זאגט אין הלכות תענית: אויב א מענטש זאגט "ס'איז א פאסירונג, ס'געשען", "דרכי העולם, ס'געשעט, משטופט זיך, מ'פאלט", "ס'געשעט אזוי, ס'געשעט אהער", "יעצט רעגן נישט, יעצט רעגנט יא", "יעצט קומט גוט, יעצט קומט שלעכט", איז עס מדרכי אכזריות! פארוואס? ווייל דער אייבערשטער שיקט אונז רמזים מ'זאל תשובה טון, און אויב ח"ו מ'זאגט אז דאס איז מדרכי העולם, "ס'געשעט זאכן", "ס'פאסירט עקסידענטן", ברענגט מען ח"ו נאך שלעכטס. ווייל דער אייבערשטער דארף שיקן נאך רמזים.
על כל פנים, מענטשן פרעגן, "וואס זאל איך טון?", אזא מעשה, מ'איז צומישט, מ'ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס מיר דארפן ארויסנעמען איז, אכטונג געבן זיך נישט קריגן מיט אנדערע, זיך נישט שטופן מיט אנדערע, נישט טרעטן אויף אנדערע, נישט באגראבן אנדערע, נישט שטויסן אנדערע. אידישע קינדער זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן. דער יצר הרע קומט און וויל מאכן פרודים "אונזער, ענקער", "מיר זענען גרעסער, ענק זענען קלענער", "מיר זענען די עכטע, דו ביסט נישט די עכטע"; אדער ח"ו מענטשן זענען פארנומען מיט א צווייטן; מ'זוכט ווי אזוי מ'קען וויי טון א צווייטן, שטעכן א צווייטן, טרעטן אויף א צווייטן. אז מ'זעט מענטשן ווערן צוקוועטשט און מ'טרעט זיך אן, דאס קומט אונז ווייזן אז "וואס דארף איך וויי טון א צווייטן?", "פארוואס זאל איך נישט לעבן בשלום יעדער איינער צוזאמען?".
על כל פנים, טייערע תלמידים, טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט, אז עטס פרעגטס וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר; רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם "אידרא": "אנן בחביבותא תליא מילתא" - אונזער הצלחה איז אז מ'האט זיך ליב, אז מ'לעבט אינאיינעם און מ'איז בשלום. בפרט אין די טעג פון ספירה, ל"ג בעומר; ביז ל"ג בעומר איז דאך טעג פון אבלות, וואס איז געשען אזעלעכע טראגעדיעס אין צייטן פון רבי עקיבא, אזוי סאך תלמידים זענען נעבעך אומגעקומען, ווייל "שלא נהגו כבוד זה בזה". מ'מוז תשובה טון, מ'מוז שוין אפלאזן די אלע קריגערייען, מ'מוז אפלאזן די אלע מחלוקת'ן. מ'רעדט נישט דא פון מענטשן וואס רח"ל גייען נישט על פי תורה, מ'רעדט דאך פון אידישע קינדער, אלע חסידות'ן, אלע גזע'ן, אלע אפשטאמען. וואס א חילוק? חסידישע, נישט חסידישע, אשכנזישע, ספרדיש, וואס א חילוק? מיר זענען דאך אלע אידישע קינדער!
🎞️ קורצע דברי חיזוק לאור המצב
💬 ווי אזוי קען מען זיך בארואיגן נאך די שרעקליכע טראגעדיע?
📰 דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל
🎞️ דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון - ל"ג בעומר תשפ"א
📅 וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון די שרעקליכע פאסירונג אין מירון?
📰 איבערלעבער פון דזשורסי סיטי אטאקע דערציילט
🛒 קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה והצלחה
📚 קונטרס: ס'איז גוט
💬 ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאך די שרעקליכע שיסעריי אין דזשערסי סיטי?
📜 אז דער אייבערשטער איז דא, פאלן אוועק אלע פחדים
💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה
📸 הפצה ל"ג בעומר אין מירון תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביי קבר התנא רבי עקיבא אין טבריה - זונטאג בה"ב תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון התנא אלקי רשב"י אין מירון - זונטאג בה"ב אינדערפרי תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה שליט"א מוצ"ש אמור אין מירון ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוו
📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל - זונטאג בה"ב תשפ"א אויפדערנאכט