מכתב יומי

יח אייר תשפ"א

April 30 2021

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


חסדי ה' יתברך, נאך אזויפיל ווארטן, בענקען און האפן צו קומען קיין ארץ ישראל האט דער אייבערשטער מיר געהאלפן אז איך בין אין ארץ ישראל, איך געפון זיך אין מירון ביים הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו.


מיר שטייען אין אזא גרויסן טאג – ל"ג בעומר, דארף מען זען צו מקבל זיין גוטע זאכן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי.


דער עיקר דארף מען זיך שטארקן אין אמונה, ארויסנעמען פון זיך אלע קשיות און ספיקות וואס דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה ברענגען אריין אינעם מענטש, ספיקות אין אמונה; מען דארף איינקריצן אין זיך אז עס איז נישטא קיין פאסירונג, נישטא קיין טעותים, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אלעס איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך.


ווען מען חזר'ט אמונה און מען לעבט מיט דעם געדאנק, דעמאלט איז דער לעבן א גן עדן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ", ווען א מענטש ווייסט, "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו", אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, "הֵם לְטוֹבָתוֹ", איז לטוב, "זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", דאס איז עולם הבא.


דאס דארפן מיר ארויסנעמען פון אזא גרויסע טאג ווי ל"ג בעומר. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן צח): רבי שמעון בר יוחאי האט גענומען מענטשן וואס זענען ווייט פון קדושה און אין זיי אריינגעשיינט אמונה, אריינגעשיינט דאס גרויסקייט פון מצוות און מעשים טובים און דאס געפערליכקייט פון עבירות. דער רבי טייטשט מיט דעם דער לשון וואס מיר געפונען אין גמרא (שבת לד.) ביי רבי שמעון בר יוחאי: "נָתַן בּוֹ עֵינָיו וְנַעֲשָֹה גַּל שֶׁל עֲצָמוֹת"; וואס טייטש: "נָתַן בּוֹ עֵינָיו"? פארוואס שטייט נישט "הסתכל בו?" נאר דער צדיק האט אנדערע סארט אויגן, דער צדיק זעט נאר אייבערשטער, ער זעט דאס גרויסקייט פון מצוות, ער זעט דאס גרויסקייט פון די תורה.


אז מען קוקט אריין אין זוהר הקדוש, כמעט אין יעדן בלאט זאגט רבי שמעון בר יוחאי: "וואויל זענען די אידן, וואויל זענען די וואס לערנען; ווי גליקליך איז ווען מען טוט א מצוה", און פארקערט: "וויי פאר די רשעים, וויי פאר די וואס גייען נישט אין די וועג פון די תורה".


דער צדיק ברענגט אריין אין אונז אז מיר זאלן אויך האבן די אויגן, מיר זאלן אויך האבן די אויגן וואס זעען נאר אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לד, טז): "עֵינֵי ה' אֶל צַדִּיקִים", דער צדיק געבט אריין אין אונז זיינע אויגן.


דאס מיינט: "נָתַן בּוֹ עֵינָיו", ער האט אריינגעגעבן זיינע אויגן אין דעם מענטש, "וְנַעֲשָֹה גַּל" - גל איז א לשון פון התגלות, מען האט אנגעהויבן צו זען, עס איז אנטפלעקט געווארן "עֲצָמוֹת", דאס איז א לשון פון (ישעיה לג, טו): "עֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע", מען האט אנגעהויבן זען דאס הארבקייט פון עבירות.


איר האט געהערט די נייעס, עס האט פאסירט א שוידערליכע פאסירונג אין מירון השם ישמרינו, דאס דארף אונז אויפוועקן פון אונזערע דמיונות; מענטשן זענען פארנומען מיט דעם, מיט יענעם, ווען מען ווייסט נישט וואס גייט זיין דעם קומענדיגן טאג, דעם קומענדיגן מינוט.


וואס איז דאס זיין פארנומען מיט קריגערייען? מיט קוקן שלעכט אויף א צווייטן? מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען לעבט, מען איז געזונט, אז מען קען היטן נאך א שבת, מען קען אנטון נאך א טאג תפילין, מען קען לערנען און דאווענען; וואס דארף מען זיך קריגן?! וואס דארף מען יענעם צעדריקן?!


אז עס פאסירט א נישט גוטע פאסירונג דארף מען תשובה טון, מען דארף ארויסנעמען א רמז פון הימל. ליידער זענען מענטשן צעדריקט געווארן, איינער איז ארויפגעפאלן אויפ'ן צווייטן ביז עס זענען נעבעך אומגעקומען טייערע אומשולדיגע מענטשן; דאס דארף אונז ווייזן מיר זאלן נישט קוועטשן א צווייטן, נישט טרעטן אויף א צווייטן און נישט באגראבן א צווייטן.


אז מען לעבט מיט אמונה איז דא גענוג פלאץ פאר אלעמען, דעמאלט טרעט מען נישט אויף א צווייטן. דאס איז געווען אין בית המקדש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז איינע פון די ניסים וואס איז געווען אין בית המקדש (יומא כא.): "עוֹמְדִים צְפוּפִין וּמִשְׁתַּחֲוִים רְוָחִים", עס איז געווען פלאץ פאר יעדן איינעם; נאך א נס איז געווען (שם): "וְלֹא אָמַר אָדָם לַחֲבֵרוֹ צַר לִי הַמָּקוֹם שֶׁאָלִין בִּירוּשָׁלַיִם", קיינער האט זיך נישט באקלאגט אויף זיין לעבן, אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל צר לי המקום), מען האט זיך נישט אפגערעדט אויף די דירה אז עס איז קליין, די פרנסה איז מצומצם, מען האט געהאט אזא שטארקע אמונה, עס איז געווען דעת, ממילא איז אלעס גוט געווען.


פאלט נישט אריין אין קיין עצבות און מרה שחורה; דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א גערעכטיגקייט. מיר דארפן זיין פרייליך, מיר דארפן ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.


נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים; אז מען דאנקט - ווערט שוין הרחבה, דאס איז פשט: "עוֹמְדִים צְפוּפִין", וואס טוט מען ווען מען שטייט צעדרוקט? "מִשְׁתַּחֲוִים", מען בוקט זיך, מען נעמט אויף זיך דעם עול מלאכת שמים, ווערט שוין "רְוָחִים".


שבת בין איך בעזרת ה' אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א, די אנדערע וואך וועל איך זיין אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מיינע טייערע ברודער, אנשי שלומינו שיחיו


איך בין יעצט אין מירון; איר האט אוודאי געהערט די שרעקליכע נייעס פון מירון.


ווען מען הערט א שרעקליכע פאסירונג דארף מען זיך מתבונן זיין וואס מיר דארפן פאררעכטן.


דער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה ג): "אם לא יזעקו ולא יריעו, אלא יאמרו, דבר זה ממנהג העולם אירע לנו, וצרה זו נקרה נקרית, הרי זו דרך אכזריות", אויב מען איז זיך נישט מתבונן, מען נעמט נישט ארויס וואס מען דארף פאררעכטן, מען זאגט עס איז א פאסירונג וואס פאסירט – איז מען אן אכזר; ווייל מען מאכט מענטשן זאלן נישט תשובה טון, אזוי וועט קומען נאך צרות השם ישמרינו.


וואס דארפן מיר אנשי שלומינו ארויסנעמען? דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו הייבט אן די אידרא (נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז זיך ליב האבן; דארפן מיר ארויסנעמען פון דעם אז עס איז שוין צייט אפצולאזן די פיינטשאפט איינער צום צווייטן.


דא רעדט מען נישט פון מינים ואפיקורסים, מיט זיי טאר מען נישט האבן צוטון, מיט די ערב רב טאר מען נישט האבן; דא רעדט מען פון אידישע קינדער פון אלע סארט קרייזן, חסידות'ן און אפשטאם; וואס דארף מען זיך קריגן?! שוין צייט אפצולאזן די קטנות 'ווער איז גרעסער?' 'ווער האט מער מענטשן?' 'וואו שטופט מען זיך מער?'


קוקט וואס האט פאסירט דעם היינטיגן טאג ל"ג בעומר, טייערע אידישע נפשות, אומשולדיגע מענטשן וואס זענען זיך געקומען אויסגיסן דאס הארץ ביים הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי - זענען צעדריקט געווארן; איבער הונדערט מענטשן זענען אריין אין שפיטאל, חוץ פון די צענדליגער נפטרים רחמנא לצלן.


וואס האט מען פון קוקן ווער איז גרעסער? ווער עס האט א גרעסערע עולם, ווער עס האט א גרעסערע הדלקה? וואס דארף מען זיך קריגן? לאמיר גיין אין די וועג פון דעם הייליגן תנא וואס ער האט געזאגט אינעם הייל, אינעם אידרא: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", מיר דארפן זיך ליב האבן, מיר דארפן זיך פארגינען.


ווער האט צייט צו טראכטן שלעכטס אויף יענעם? ווי איז דא צייט צו חוזק מאכן פון אנדערע?! דער תם הקדוש האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ט): "וואס וועט זיין אז דו וועסט לאכן? דו וועסט דאך ערשט זיין א נאר!"


לאמיר זיך מקבל זיין בשמחה אז מיר גייען קוקן אויף אנדערע מיט כבוד, מען וועט שעצן איינער דעם צווייטן. מוהרא"ש זאגט, ער האט געהערט פון רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, די אלע אנשי שלומינו וואס האבן זיך ליב געהאט איינער מיט'ן צווייטן, די אלע האבן גענומען מער פון רבי'ן, די ליכט פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן; עס האט אויף זיי געשיינט דעם רבינ'ס ליכט שטערקער און מערער.


פאלט נישט אריין אין א פאניק, בלייבט פרייליך; כאפט ארויס גוטע זאכן אין אזא גרויסע טאג, נאר מיט שמחה.


א פרייליכן שבת.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


היינט איז זייער א גרויסע טאג - ל"ג בעומר, איר ווילט דאך זען ישועות, איר ווארט דאך אויף א נס; זאלט איר זיך מקבל זיין עפעס א גוטע זאך, א גוטע הנהגה - בפרט אין צניעות.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר פרשת נשא, קכה:) אז האר פון א חתונה געהאטע פרוי איז סכנת נפשות; א סכנה פאר די קינדער, א סכנה פאר די גאנצע שטוב. האר פון א חתונה געהאטע פרוי איז שעדליך; זאלט איר זיך פארנעמען מען זאל קיינמאל נישט זען אייער האר. ערליכע פרויען, נשים צדקניות - שערן זיך אפ די האר, אזוי האבן זיי נישט די אלע סכנות אין לעבן.


איך בעט אייך אלע תלמידות פון בית פיגא (תלמידות פון בית פיגא איז נישט נאר ווער עס זיצט אין די פיר ווענט פון בית פיגא, נאר אלע וואס גייען אין די וועג וואס מוהרא"ש לערנט אונז), קוקט אויף צניעות מיט אן אמת; צניעות איז א שיינע זאך, צניעות איז א בא'טעמ'טע זאך, צניעות איז נישט עפעס וואס איז אלט מאדיש, יאנטשי; עס איז א מתנה פונעם אייבערשטן פאר אונז אידן, מיר זאלן זיין בא'חן'ט, בא'טעמ'ט, שיין און איידל.


די פרויען וואס טוען זיך אן נישט איידל - דאס איז על פי רוב פון צעבראכנקייט; קינדער וואס האבן נישט געהאט א פרייליכע יוגנט, קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך, קינדער וואס מען האט זיי געפייניגט - על פי רוב, זיי זוכן עפעס פרייליכקייט, גייען זיי זוכן ביי די עקלדיגע גוים, וואס ווערן אנגערופן אין די תורה נישט מענטשן, "אֲשֶׁר בְּשַׂר חֲמוֹרִים בְּשָׂרָם (יחזקאל כג, כ)", מיינענדיג אז דאס וועט זיי פרייליך מאכן.


טייערע תלמידות, גלייבט מיר אז צניעות איז שיין; גלייבט מיר, מען קען האבן א גוטע, זיסע, געשמאקע, פרייליכע לעבן מיט'ן גיין אנגעטון איידל. נעמט אייך פאר גוטע זאכן, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


אייך שרייב אייך דעם בריוו פון מירון ביים ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי.