קומענדיגע וואך חול המועד סוכות וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה צוזאם קומען אין אלע שטעט און שולן איבער די וועלט, צו פראווען דעם 211'סטע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט.
אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי אויף 181 האשקי רד. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען דאנערשטאג נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט אינעם גרויסן סוכה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט אין הויף פון ביהמ"ד ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה.
תאו והתכנשו להילולא דרבינו
🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה
📰 יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג סוכות תשע"ט
📰 היינט דינסטאג שיעור התחזקות פאר אינגעלייט - הכנה ליום הקדוש
📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49
📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99
📖 סעט משניות $12.99
📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99
📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן