לחיים/ווארט צום שידוך שליסן פון זון פונעם ראש ישיבה היינט נאכט אין שטוב פון אבי הכלה הרב יואל טייטלבוים שליט"א אין קרית יואל
ט אדר א' תשע"ט 📝
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען נעכטן נאכט די פרייליכע נייעס איבערן שידוך שליסן פון הב' החשוב שלמה ני"ו דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז א חתן געווארן צום טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל עצי תמרים.
תלמידים און גוטע פריינט וועלן האבן די געלעגענהייט אנצואווינטשן פאר די בעלי שמחה היינט נאכט אין שטוב פונעם מחותן הרב יואל טייטלבוים שליט"א אויף 8 פרעמישלאן וועי, אין קרית יואל, ווי עס וועט געפראוועט ווערן דער מסיבת לחיים צום שידוך שליסן.
דער תנאים וועט נאך נישט פארקומען היינט ביינאכט, צוליב וואס דער ראש ישיבה'ס זיידע קארלסבורגער רב שליט"א, און דער ראש ישיבה'ס טאטע דער קארלסבורגער רב הצעיר שליט"א געפינען זיך יעצט אין אתרא קדישא מירון. דער תנאים וועט אי"ה פארקומען מיט די באטייליגונג פון די זיידעס און עלטער זיידעס לאיוש"ט ווען זיי וועלן בעז"ה צוריק אהיים קומען קיין ניו יארק.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
מכתב יומי פון היינט ווי דער ראש ישיבה רעדט פונעם שידוך שליסן