מכתב יומי

ט אדר א' תשע"ט

February 14 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט איז דער אייבערשטער וואס האט מיט מיר געטון אזא גרויסע חסד אז מיין זון שלמה נרו יאיר איז א חתן געווארן נעכטן נאכט - ט' אדר א' - צו א טאכטער פון מיין טייערער חבר ר' יואל טייטלבוים נרו יאיר.


מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט מיר שטענדיג, בפרט יעצט פאר אזא גרויסע נס צו קענען א שידוך טון מיט א קינד ווען ער איז נאך יונג, פאר צוויי וואכן צוריק איז ער געווארן זעכצן יאר - מיט א ערליכע וואוילע מיידל פון א ווארימע ערליכע שטוב, איך בין זייער פרייליך אויף דעם; וואונטש איך דיר אז דו זאלסט אויך זוכה זיין צו טון שידוכים מיט דיינע קינדער יונגערהייט און זוכה זיין צו ערליכער אידישע דורות.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן וכו'; נעם די עצה פון רבי'ן פון 'התבודדות'. גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים אזוי ווי דו וואלסט געשמועסט מיט דיינס א גוטע חבר, דערצייל אים אלעס, זאג אים די גאנצע פרשה וואס דו גייסט דורך מיט אלע פרטים. טראכט נישט: 'וואס פעלט מיר אויס צו דערציילן פארן אייבערשטן? דער אייבערשטער ווייסט דאך אלעס', ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (רעיא מהימנא, פרשת בא) אז מען זאל נישט זאגן: 'וואס פעלט אויס צו דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן, והא קודשא בריך הוא ידע כלא!' דער אייבערשטער ווייסט דאך סיי ווי אלעס, "כל מה דהוה", אלעס וואס איז געווען "ויהוי לבתר דנא", און אלעס וואס גייט זיין, "אמאי פרסומא דא קמיה על מה דאיהו עבד ואיהו ידע?" וואס פעלט אויס עס צו דערציילן פארן אייבערשטן?


זאגט דער הייליגער רעיא מהימנא, דאס איז די נשמה פון משה רבינו וואס פלעגט זיך אנטפלעקן פאר דעם הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי, אז אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס וואס טוט זיך דאך זאל א מענטש דערציילן און שמועסן מיטן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, סיי דאס גוטס און אזוי אויך אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אזוי איז מען זוכה אוועק צו נעמען אלע שלעכטס פון זיך.


איך וועל דיר שפעטער מודיע זיין צי עס וועט זיין א שיעור היינט נאכט, עס קען זיין אז איך וועל פארן קיין קרית יואל צום לחיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת תצוה, ט' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס קומט שוין אט אט דער הייליגער שבת, בעט איך דיר זאלסט זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין נאר פרייליך.


מען דערציילט אויפ'ן הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו אז שבת פלעגט ער זיין מיט א קאפ העכער פון א גאנצע וואך; מען האט געזען אויף זיינע בגדים אז זיי זענען קורצער ווי אין די וואכן טעג. מוהרא"ש האט דאס געגעבן צו פארשטיין אז ער איז געווען אזוי פרייליך א גאנץ שבת, ער פלעגט טאנצן און שפרינגען א גאנץ שבת, אז מען האט אים געזען ווי מיט א קאפ העכער פון גרויס שמחה.


א גאנץ שבת זאלסטו טאנצן פאר שמחה: "ברוך השם שלא עשני גוי, נאר איך בין א איד און איך האלט שבת; איך דרייוו נישט שבת, איך רייכער נישט שבת און איך נוץ נישט מיין טעלעפאן שבת", שבת – האט אונז דער רבי אנגעווארנט - דארף מען זיין נאר פרייליך, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, נאר מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל.


א גוטע נאכט.