"מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט אויף "טשערידי דאט קאם"
י סיון תשע"ט 📝
די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און לעבן פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם געוואלדיגן געלעגענהייט צו קענען העלפן די הייליגע מוסדות, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך.
די מוסדות הקדושים זענען זיך געלויבט דעם אייבערשטן זייער שטארק צואוואקסן קע"ה, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פרישע בנין פאר די מוסדות. די איציטיגע בנינים זענען שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן זייער פלאץ. די מיידלעך זענען דערווייל פלאצירט אין א צייטווייליגע פלאץ, און די הנהלה איז יעצט געצווינגען צו קויפן א פרישע געביידע פאר די מוסדות, וואס דאס וועט אריינציען אין געוואלדיגע גרויסע הוצאות.
דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן א מיליאן דאלער אין זעכציג שעה. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען מצליח זיין.
די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען צו שאפן פון זייערע קרובים און באקאנטע, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, ווערן געבעטן צו אויספילן דעם גוגל פארם אדער קען מען רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-635-2108, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון.
בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפנען און אנרופן נדבנים זאלן רופן אויף 718-635-2108.
דער קאמפיין וועט אי"ה לויפן דינסטאג, מיטוואך, און דאנערשטאג בהעלותך הבעל"ט.
בריוו: דער ראש ישיבה בעט יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין