מכתב יומי

יב סיון תשע"ט

June 15 2019

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת נשא, י"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט צולייגן א האנט צום קאמפיין וואס מיר מאכן די וואך פאר די מוסדות, איך האף אז דו וועסט מיר העלפן בלב ונפש מיט וואס מען קען נאר.


רוף יעצט אן ... נרו יאיר און רעד מיט אים וואס דו קענסט אנטייל נעמען אינעם קאמפיין, שטיי נישט אין די זייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): אויפן פסוק (קהלת א, טו): "וְחֶסְרוֹן לֹא־יוּכַל לְהִמָּנוֹת", זֶה שֶׁנִּמְּנוּ חֲבֵרָיו לִדְבַר מִצְוָה וְלֹא נִמְנָה עִמָּהֶם; אז מען שטייט אין דער זייט ווען די חברים און תלמידים טוען א גוטע זאך איז דאס א גרויסע פארלוסט פאר'ן מענטש.


איך בין מקיים מיט מסירות נפש וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז איך זאל נישט אוועק שיקן קיין קינדער פון חדר, מיידלעך פון סקול און בחורים פון ישיבה - ווען די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד; דאס איז איינע פון די שווערסטע זאכן ביי אונז אין מוסד צו מקיים זיין, ווייל מען באווייזט מיר פון אפיס יעדן חודש ווער עס צאלט און ווער עס צאלט נישט, און עס שטעלט זיך ארויס אז עלטערן זענען שולדיג פאר'ן מוסד איבער א מיליאן דאללער. עס זענען פארהאן עלטערן וואס מאכן זיך ניטאמאל וויסנדיג און זענען נאך ברוגז אויף די וואס רופן זיי אן בעטן מען זאל צאלן שכר לימוד כדי צו קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס וכו' וכו'.


מוהרא"ש איז דער נשיא המוסד, ער האט געגרינדעט די מוסדות - וועלן מיר ווייטער טון זיין ווילן און נישט אוועקשיקן קיין קינדער, בחורים און מיידלעך וועדליג דאס געלט.


דעריבער בעט איך דיר ... זייער, דו זאלסט יעצט אנרופן ... נרו יאיר וועלכער איז מיר זייער געטריי. ער ארבעט פאר די מוסד אן קיין שום פריוואטע נגיעות און ער האט מיר זייער אסאך געהאלפן ביז אהער, יעצט האט ער זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט פאר די מוסד צו קענען ווייטער אנגיין, זאלסטו אים זאגן מיט וואס דו קענסט אים ארויסהעלפן.


א גוטע וואך.